ייד

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
יידן און יידישקייט
מנורה
עיקרי האמונה
אמונה · שלושה עשר עיקרים
עשרת הדיברות · תורה · מצוות · משיח
הייליגע ספרים אידישע שטרעמונגען
תנ"ך · תורה
משנה · תלמוד
זוהר · מדרש
שלחן ערוך
חרדים · חסידים
ארטאדאקסן
קאנסערוואטיווער
רעפארמער
הויפט פערזענלעכקייטן
אבות ואמהות · משה · דוד
נביאים · עזרא · הלל · תנאים · ריב"ז
ר' עקיבא · אמוראים · סבוראים · גאונים
ראשונים · רמב"ם · יוסף קארו · אחרונים
עבודת ה' און ימים טובים
שחרית · מוסף · מנחה · ערבית
שמע ישראל · שמונה עשרה · קריאת התורה
קידוש · ברכה · תפילות און ברכות
ראש השנה · יום כיפור · סוכות
פסח · שבועות · תשעה באב
אידיש קהילה לעבן
אויפגאבעס:
רב · דיין · חזן
גבאי · מוהל
שוחט · קברן
מוסדות:
שול · מקווה
חדר · ישיבה
כולל · בית מדרש
מקומות הקדושים
דער משכן · בית המקדש · הר הבית
כותל המערבי · מערת המכפלה
קבר רחל · קבר יוסף · קברי צדיקים
ירושלים · חברון · טבריה · צפת
מצוות און מנהגים
הלכה · תרי"ג מצוות · בית דין · תפילה
לימוד תורה · צדקה · גמילות חסדים
שמע ישראל · ברית מילה
פדיון הבן · בר מצווה · נישואין
טהרת המשפחה · לוויה · קבורה
שבעה · קדיש · חברה קדישא
זעט אויך
גיור · שומרונים · קראים · מינים
יידן · אנטיסעמיטיזם


צו מיינט איר די אות י?

איד אדער ייד און יוד (ביי א פרוי אידענע אדער יידענע און יודענע) איז דער מענטש וואס געהערט צו דעם יידישן פאָלק.

אידישע פאלקס גרינדונג אין היסטאריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די אידישע פאלק הייסט אין תנ"ך ישראל אדער יעקב, און דער נאמען איד שטאמט פון ווארט יהודה. וויבאלד נאר שבט יהודה האט זיך אומגעקערט פון גלות בבל קיין ארץ ישראל, וואס דערפאר האט כלל ישראל באקומען דער נאמען איד, דאס ערשטע מאל ווערן זיי אזוי אנגערופן אין מגילת אסתר, "יהודיים" און מרדכי "היהודי".

סדר הדורות ביז שלמה המלך:

אידישע פאלק[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

עס איז מענטשן - ארויס פון פילע אומצאליגע ענדלאזע טריליאנען וועלטן, מיליאנען באשעפענישן, ביליאנען גוים - וואָס ווערן אַריין געבוירן אין דעם קליינעם אבער גאר וויכטיגן אידישן פאָלק, אָדער זענען זיך מגייר, אָנצונמען דעם אידישן גלויבן, און זענען אויטאַמאַטיש קנעכט וואָס זענען אויסדערוועלט ביים באַשעפער פון דער וועלט אלס זיין הייליג פאלק אידן, און זענען פאַרפליכטעט מיט תורה און אירע תרי"ג מצוות.

איבער 165 מאל ווערט אין דער תורה דערמאנט אז גאט איז דער גאט פון אידן - אין צוגאב צו פילע מאל וואס ער ווערט דערמאנט אלס דער גאט פון יעקב, אדער די גאט פון דיינע עלעטערן.

הֵן לַיהוָה אֱלֹהֶיךָ, הַשָּׁמַיִם וּשְׁמֵי הַשָּׁמָיִם, הָאָרֶץ, וְכָל-אֲשֶׁר-בָּהּ. רַק בַּאֲבֹתֶיךָ חָשַׁק יְהוָה, לְאַהֲבָה אוֹתָם; וַיִּבְחַר בְּזַרְעָם אַחֲרֵיהֶם, בָּכֶם מִכָּל-הָעַמִּים--כַּיּוֹם הַזֶּה ספר דברים (פרק י')

לויט די פסוקים ערקלערט גאט, אז פון צווישן אלע גרויסע אנטוויקולינגן פון באשעפעניש, זענען אונזער עלטערן דאס מערסטע באליבט, און זייערע קינדער נאך זיי פאר שטענדיק.

לויטן רמב"ם איז דער ענד-ציל פין אייבירשטען אז אלע מענשטען זאלען גלייבן אין וויסען פין עם, אין האט אויסגעוועלט די אידישע פאלק פאר דעם ציל.

איינע פון די צילן, סיבות, און מיסיעס פון דעם איד: איז צו לויבן גאט, און מען זאגט א פשעט'ל אז דערפאר הייסט ער "איד" פון לשון אודה און הודיה, זיי לויבן און דאנקן גאט מיט זייער מויל, פירונג, און טואונגען. ווי דער נביא ערקלערט: עַם-זוּ יָצַרְתִּי לִי, תְּהִלָּתִי יְסַפֵּרוּ ישעיהו מ"ג


אידישע אמונה אין רעליגיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די אידישע רעליגיע האט זיך אנגעפאנגען דורך משה רבינו נאכדעם וואס די אידן זענען ארויס פין מצרים.

עס שטייט אין דער תורה - וואס איז איבערגעגעבן געווארן פין טאטע צי זין, אין פין זיידן צים אייניקעל - אז 2 חדשים נאכדעם וואס די יודן זענען ארויס פין מצרים, זענען 600.000 יודן (נישט אריינגערעכנט פרויען אין קינדער) געשטאנען ביים בארג סיני, אין משה איז געשטאנען אויפען בארג צווישען פייער, אין האבען געהערט אין געזעהן א זייער א הויכע קול פין באשעפער וואס האט זיי געזאגט די ווערטער פין אנכי ה' אלקיך ולא יהיה לך אלקים אחרים, נאכדעם האט משה פין צווישען די פייער איבערגעזאגט נאך 8 באפעלען וואס ער האט געהערט פין באשעפער.

יארן שפעטער האבען אנדערע פעלקער אויך אנגעפאנגען צי גלייבען אז דער אייבישטער האט זיך באוויזען אויפן בארג סיני, (ווי למשל די רומים אין די פעלקער פין אייראפא, וואס רופן זיך קריסטונטום. אויך די ישמעאלים אין פעלקער פין די מיטל מזרח, א חלק פין אזיע אין א חלק פין אפריקא). היינט צי-טאג גלייבען בערך 3 אין א האלב ביליאן מענטשען (60-55% פין וועלט באפעלקערונג) אז דער אייבישטער האט זיך באוויזען ביים בארג סיני, אין אז משה איז געווען א נביא פין גאט.

אויבערנאטירליכע קראפט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער מהות פון א יוד, ווי עס ווערט ערקלערט אין פארשידענע מקורות, איז אז ער שלאגט זיך כסדר מיטן אויסערליכען נאטור פון דעם אלוועלטליכען באשאפונג וואס טוט פארדעקן דער פאקט אז גאט האט איר באשאפן און אז גאט איז דער נאכאנאנדער איינציגער און אויסשליסליכער בעל-הבית אויף דער וועלט. פון א יודישן שטאנדפונקט, האט גאט אויסדערוועלט דעם יודישן פאלק אז זיי זאלן צוברענגען די גאנצע וועלט צו א מצב וואס לאזט נישט איבער א ספק פאר קיין שום באשעפעניש, אז דער באשעפער פון דער וועלט פירט דער וועלט לויט זיין ווילן און ער איז נישט אפהענגיק אין די נאטירליכע געזעצן וואס ער האט באשאפן. אין א געוויסן זין האט דער באשעפער צוגעטיילט פארן יוד א טייל פון זיך אליין, דאס הייסט א געטליכער קראפט פון באשעפער וואס איז העכער און שטארקער פון נאטור (א יודישע נשמה - חלק אלוקי ממעל). דערפאר האט גאט געגעבן פאר די יודן די תורה און מצוות (וועלכע ווערן אויך גערעכנט ווי א טייל פון באשעפער אליין וויבאלד עס טוט ארויסברענגען גאט'ס ווילן אויף אונזער וועלט), אז די יודן זאלן דאס היטן און זיך באשעפטיגן דערמיט מיט א געטרייהייט און איבערגעגעבענהייט. און דורכדעם וועט דערגרייכט ווערן דער ציהל, סיי ביי דער יוד וואס טוט זיך באשעפטיגען דערמיט און סיי טוט דאס באאיינפלוסען דער גאנצער באשעפעניש, אז עס זאל אנערקענט ווערן אז דער באשעפער געוועלטיגט איבער דער נאטור.

די תנ"ך איז פיל מיט אומצאלליגע איבערנאטירליכע געשעענישן וואס איז געשען מיטן יודישען פאלק, צווישן אנדערע אויך אזעלכע געשעענישן וואס איז געהערט און געזעהן געווארן אלוועלטליך אדער אין ריזיגע טיילן פונעם וועלטליכן באפעלקערונג, ווי צום ביישפיל, קריעת ים-סוף און מתן-תורה. דער רמב"ן שרייבט אז דער ציהל פון אזעלכע איבערנאטירליכע געשעענישן איז צו פארשטארקערן דער אמונה אין איינציגען באשעפער אז ער געוועלטיגט איבער דער נאטור אן קיין גרעניץ.

אזוי אויך טרעפט מען אין תנ"ך פילע איבערנאטירליכע פאסירונגען ביי מענטשן פין יודישען פאלק וועלכע האבן געדינט גאט מיט א געטרייהייט, און אויך אז זיי האבן פאראויסגעזאגט גרויסע זאכן וואס וועלן געשען. אנגעהויבען פון די אבות, אברהם, יצחק און יעקב, און ווייטער מיט די יודן וואס זענען ארויס פון מצרים מיט משה-רבינו, און די וואס אריין אין ארץ-ישראל און ווייטער אראפ. שפעטער אויך אין די גמרא און אין מדרש און אזוי אויך אין זוהר זעט מען פארשידענע איבערנאטורליכע זאכן וואס האט פאסירט ביי גאט-פארכטיגע יודן. דאס ווייזט אויף די אויבערנאטירליך קראפט וואס דער באשעפער האט געגעבן פאר יודן וואס טוען זיך באשעפטיגן מיט תורה און מצוות כדי צו דערגרייכן דעם אויבנדערמאנטען ציהל.

פארשידענע איבערנאטורליכע געשעענישן האבן זיך אפגעשפילט אויך ווייטער אין די שפעטערע דורות ביי צדיקים און גרויסע לייט, ווי עס ווערט באשריבן אין פילע ספרים. און ווי עס ווערט איבערגעגעבן דורך אן א שיעור עדות וועלכע געדענקען עס אדער האבן עס געהערט פון אזעלכע וואס געדענקען, נאך ממש ביז אריין אין אונזער דור.

די פאקט אז גאר אסאך מענטשן - פון אנדערע פעלקער - גלייבן אין מתן תורה, איז א אומגעווענליכע זאך. דאס ווייזט אויף די איבערנאטורליכקייט און העכערקייט פון די תורה און פון יודישען פאלק, אשר בחר בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו.

אויך ערקעלערט מען מיט דעם, אז דאס איז די סיבה אז דאס יודישע פאלק האלט זיך אין גלות אזוי לאנג, אפילו זיי זענען צושפרייט צווישן פילע פעלקער אין אזויפיל לענדער אין דער גאנצער וועלט און זיי האבן זיך שוין אנגעליטען אזויפיל צרות און אן א שיעור גזירות רעות און שרעקליכע פארפאלגונגען דורכאויס די יארן. ווייל אזוי לאנג ווי זיי האלטען זיך אן מיט תורה און מצוות, טוט דער איבערנאטיליכע קראפט זייערע זיך שטארקן איבער די נאטורליכע תוצאות פון אזא שרעקליכען גלות.

אין משך פון די יארן זענען אידן געטאנצן אין פייערן און וואסער על קידוש ה', נישט אויפצוגעבן זייער גלויבן און תורה. מען האט עס געזען אפילו ביי אידן וואס האבן נישט אפגעהיטען די תורה, אבער ווען מען האט זיי געצווינגען צי לייקענען אין די תורה האבען זיי זיך געלאזט הארגענען. אין ספרים ווערט ארויסגעברעגט אז דאס איז נאך א ראיה אז א איד האט אין זיך א חלק פין באשעפער ("נשמה") וואס לויטן נאטור לאזט עס עם נישט לייקענען אין גאט.

אפילו ביי יודן וואס היטן נישט די תורה זעט מען אז זיי האבן אין זיך עפעס וואס ציט צי גרויסקייט און העכערקייט. ווי למשל אז 25% פין די וועלט ערפינדנגען איז דורך יודן; אין אויך אז זיי זענען אין הויכע פאזיציעס ביי רעגירונגען. און לויט ווי טייל זאגען איז דאס ווייל ער האט אין זיך א קראפט פין גרויסע זאכען, נאר ווי-באלד ער לייגט נישט אריין זיין אינערליכן און אויבערנאטירליכן קראפט אין תורה און מצוות, נוצט ער עס אויס אויף ערדישע זאכען.

נאמען איד[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  • אידן ווערן אנגערופן מיט אסאך נעמען, סיי אין די תורה און סיי היסטאריש. די פאלגענדע איז א טיילווייזע ליסטע.

איד[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

עברי[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  • דאס שטאמט פון דאס וואס אברהם אבינו איז געקומען פון די אנדערע זייט טייך, און די כנעניים האבן אים גערופען עברי, עס ווערט דערמאנט אין די תורה. דאס איז די זעלבע וואס מען רופט אין ענגליש Hebrew.

ישראל[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  • דאס ווערט דערמאנט אין די תורה און קומט פון דעם וואס אידן זענען אייניקלעך פון יעקב אבינו וואס ווערט אויך אנגערופען ישראל. דאס איז די זעלבע וואס אין ענגליש רופט מען Israelite.

באפעלקערונג[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די יידן היינט זיינען צעשפרייט אין די גארער וועלט, ווען א דריטל פון זיי זיינען אין מדינת ישראל, א דריטל אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, און א דריטל צעשפרייט אין אייראפע. זעט א פונקטליכע טאוועלע אין אידישע באפעלקערונג.

שטרעמונגען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

קאנסערוואטיוון, ליטוואקעס, מאדערנע ארטאדאקסן, ציונים, קנאים, השכלה, אידישיסטן, פרייע, אפגעפארענע שומרוינער

יידישע שפראכן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]


זעט אויך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]