מילאן
| ||||||||||||||||||
מילאן (אויף איטאליעניש: Milano) איז א ריזיגע שטאט אין צפון איטאליע, וואס געפינט זיך אינעם לאמבארדיע ראיאן. זי ווערט פארערעכנט אלס איינע פון די סאמי וויכטיגסטע עקאנאמישע און קולטורעלע צענטערס אין גאנץ אייראפע, און איז ספעציעל באקאנט אלס א וועלטס-צענטער פאר די 'מאדע' (פעשאן) אינדוסטריע.
געאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מילאן געפינט זיך אויף א פלאכע געגנט אינעם 'פא-טאל', גאנץ נאנט צו די באקאנטע 'אלפן' בערג. די וועטער אין שטאט איז געווענליך גאר הייס אין די זומער מאנאטן, און קאלט מיט אסאך נעפל אין די ווינטער סעזאן.
באפעלקערונג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין די שטאט מילאן אליין וואוינען בערך אנדערטהאלבן מיליאן (1.4) מענטשן, און אינאיינעם מיט די ארומיגע מעטראפאליטען געגנט ציט זיך עס אויס צו איבער 3 מיליאן איינוואוינער. זי איז איינע פון די מערסט באוואוינטע און געדיכטע שטעט אין גאנץ איטאליע.
עקאנאמיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מילאן ווערט פאררעכנט אלס דער פינאנציעלער צענטער פון איטאליע. דא געפינט זיך די איטאליענישע בערזע (סטאק מארקעט), און פילע גרויסע בענק און אינטערנאציאנאלע קאמפאניס.די שטאט איז אויך וועלט-בארימט פאר מאדע און דיזיין לוקסוס-ברענדס עקספאס און טרעיד-שאוס (האנדל-מערק)
קולטור
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מילאן איז א וויכטיגער קולטור-צענטער וואס פארמאגט פילע טעאטערס, מוזייען און מוזיק. באקאנטע זאכן: דואמא פון מילאן – א ריזיגע גאטישע קאטעדראל און איינע פון די גרעסטע איבער די גאנצע וועלט. Teatro alla Scala – א וועלט-בארימטע אפערע-הויז. Santa Maria delle Grazie – דאס פלאץ וואו לאונארדא דא ווינטשי’ס באקאנטע מאלעריי "די לעצטע נאכטמאל" געפינט זיך.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מילאן איז געגרינדעט געווארן נאך אין די אלטע צייטן דורך די קעלטישע שבטים, און שפעטער איז עס געווארן א וויכטיגער רוימישער צענטער. אין די צייטן פון מיטל-אלטער איז זי געווען א שטארקע שטאט-רעפובליק, און שפעטער א טייל פון פארשידענע אייראפעאישע אימפעריעס.
טראנספארט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די שטאט פארמאגט א גרויסע מעטרא סיסטעם, באנען, און דריי אינטערנאציאנאלע לופטפעלדער. זי דינט אלס א הויפט קנופ אינעם איטאליענישן באן-נעטווארק.
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]