לדלג לתוכן

אייראזאנע

פֿון װיקיפּעדיע

██ EU אייראזאנע (20)

██ EU לענדער מיט א פליכט מיטטיילן אין דער אייראזאנע (6)

██ EU לענדער מיט א רעכט צו בלייבן אינדרויסן פון דער אייראזאנע (2)

██ לענדער נישט אינעם EU מיט איירא ארויסגעבן רעכטן (3)

██ אנדערע באניצער פון איירא, נישט אין EU ‏(4)

די אייראזאנע איז די גרופע פון לענדער אינעם אייראפעישן פארבאנד וואס האבן אדאפטירט די איירא (€) ווי זייער וואלוטע. דער אייראפעישער צענטראלבאנק איז פאראנטווארטלעך צו פארוואלטן מיטן אנבאט פון געלט אין דער אייראזאנע. פאליטישע באשלוסן וועגן דעם איירא זענען די געביט פון דער "איירא גרופע", וואס באשטייט פון פארטרעטער פון די לענדער אין דער אייראזאנע.

די אייראזאנע האט 20 מיטגלידער:

גרינדונג מיטגלידער דעם 1טן יאנואר 1999
  1. איטאליע
  2. אירלאנד
  3. בעלגיע
  4. דייטשלאנד
  5. האלאנד
  6. לוקסעמבורג
  7. עסטרייך
  8. פארטוגאל
  9. פינלאנד
  10. פראנקרייך
  11. שפאניע
מיטגעטיילט דעם 1טן יאנואר 2001

12. גריכנלאנד

מיטגעטיילט דעם 1טן יאנואר 2007

13. סלאוועניע

מיטגעטיילט דעם 1טן יאנואר 2008

14. מאלטא
15. ציפערן

מיטגעטיילט דעם 1טן יאנואר 2009

16. סלאוואקיי

מיטגעטיילט דעם 1טן יאנואר 2011

17. עסטלאנד

מיטגעטיילט דעם 1טן יאנואר 2014

18. לעטלאנד

מיטגעטיילט דעם 1טן יאנואר 2015

19. ליטע

מיטגעטיילט דעם 1טן יאנואר 2023

20. קראאטיע

אחוץ דעם זענען פאראן אנדערע לענדער אינדרויסן פונעם אייראפעישן פארבאנד וואס ניצן דעם איירא, אבער זיי געהערן נישט צו דער אייראזאנע.