מערת המכפלה

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

קאארדינאטן: 31°31′29″N 35°06′39″E / 31.5247°N 35.1107°E / 31.5247; 35.1107

מערת המפלה פון דרויסן.

מערת המכפלה דער געדאפלטער הייל איז אין חברון עס ליגן דארטן באגראבן די אבות אברהם יצחק יעקב און די אמהות שרה רבקה ולאה אחוץ רחל וואס ליגט אין קבר רחל אין בית לחם. די קברים זענען אויך פארהייליגט ביי די אראבער.

אין תמוז תרפ"ט האט דער ליובאוויטשער רבי, ריי״צֿ באזוכט דעם יידישן יישוב אין חברון. דער רבי האט באזוכט די נכסים וואס זענען געווארן קאנפיסקירט פון חב"ד, צווישן זיי ראמאנא הויז. דורכן השתדלות פון לייזער-דן סלאנים, האט דער רבי באקומען א ספעציעלן באשטעטיגונג צו דאווענען אינערהאלב דער מערת המכפלה. צוזאמען מיט אים זענען אריינגעגאנגען זיין איידעם שמריהו גוראריה, הרב יעקב יוסף סלאנים רב פון חברון, לייזער-דן סלאנים, הרב ישראל זיסל דווארעץאון זיין ברודער יצחק – תלמידים פון דער חברונער ישיבה, און נאך איין לובאוויטשער חסיד.‏[1]

אין די שפורן פון די פרעות תרפ"ט האט מען פארטריבן די יידן פון חברון און זייט דעמאלטס זענען יידן נישט געקענט צוקומען צו דער מערה.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]


Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: מערת המכפלה