פדיון הבן
פדיון הבן איז מצוות עשה פון די תרי"ג מצוות אז דער טאטע דארף אויסלייזן זיין קינד, וואס איז בכור צו זיין מאמען, ווען ער ווערט אלט א חודש, מיט 5 שקלים, וואס זענען ריין זילבער, אדער א זאך וואס איז ווערט די סכום, ביי א כהן.
א יתום אדער איינער וואס דער טאטע האט אים נישט אויסגעלייזט דארף זיך אליין אויסלייזן ווען ער איז שוין א אויפגעוואקסענער.
ביים פדיון טוט מען מאכן א סעודה. דער כהן זיצט בשעת מ'ברענגט אים דאס קינד.און פרעגט דעם טאטן וואס ער דארף ענדערש דאס קינד אדער די געלט ווען דער טאטע ענטפערט דאס קינד מאכט דער טאטע א ברכה "אשר קדשנו במצוותיו וצונו על פדיון הבן" איידער ער גיט איבער דעם פדיון צום כהן. דערנאך מאכט דער כהן א ברכה "בורא פרי הגפן" אויף א כוס וויין.
די מקור פון דער מצווה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די מצווה פון פדיון בכור געפונען מיר עטליכע מאל אין די תורה, די ערשטע מאל אין ספר שמות יג, יג: "...וכל בכור אדם בבניך תפדה".
מנהגים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ס'איז פאראן א מנהג, ווען מען ברענגט אריין דאס קינד צום פדיון, לייגן די פרויען אויף זיין קישן זייער צירינג, אויך לייגט מען אויף אים צוקער.