יידישקייט

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך



ייִדישקײט אָדער ייִדנטום איז דער אינהאלט און צוזאמנשטעלונג פון דעם גלויבן און אויפירונג פונעם יידישן פאלק, וואס איז געבויט און שטאמט פון די תורה וואס דער אייבערשטער האט געגעבן פאר די יידן, און ווי שפעטער אפגעלערנט און ערקלערט אין תלמוד דורך די תנאים און אמוראים, און נאכהער צוזאמען גענומען דורך די פוסקים. יידישקייט איז דער פאראיינעגונג צווישן די יידישע קינדער און דעם אייבערשטן.

אן אנהענגער פון יידישקייט, צי דער וואס איז געבוירן א יידיש קינד, צי דורך גרות, ווערט אנגערופן א ייד. יידן ווערן נישט באטראכט בלויז ווי א רעליגיעזע סעקטע, נאר ווי אן אייגן פאלק, דורך דעם וואס דער אייבערשטער האט זיי אנגערופן אין דער תורה, פאר א פאלק. די יידישע באפעלקערונג ווערט געשאצט צו זיין איבער פופצן מיליאן יידן אויף דער וועלט, א דריטל אין ארץ ישראל, און א דריטל אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, און א דריטל איבער דער גארער וועלט.

יידישקייט איז די עלטסטע רעליגיע פון צווישן די דריי גרעסטע מאָנאָטעיסטישע רעליגיעס. יידישקייט מיט אירע פרינציפן און עטיקעטין, איז דער פונדאמענט אויף וואס די אנדערע באקאנטע רעליגיעס זענען אוועקגעשטעלט, און אזוי אויך א גרויס טייל פון דער וועלטליכע עטיקעטן און געזעצן נעמט זיך פון יידישקייט.

עיקר כאראקעטעריסטיקן פון יידישקייט[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

דאווענען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

Postscript-viewer-shaded.png זעט דעם הויפּט אַרטיקל – דאווענען

א ייד דאווענט דריי מאל א טאג, אינדערפרי שחרית, נאכמיטאג מנחה און ביינאכט מעריב. געוויסע טעג, ד"ה שבת, ראש חודש, יום טוב און חול המועד, דאווענט מען מוסף נאך שחרית. איין טאג אין יאר, יום כיפור, דאווענט מען א פינפטע תפילה, נעילה, פארנאכט.

לערנען תורה[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

שבת און יום טוב[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

Postscript-viewer-shaded.png זעט די הויפּט אַרטיקלען – שבת, יום טוב

היטן מצוות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

ארץ ישראל[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

Postscript-viewer-shaded.png זעט דעם הויפּט אַרטיקל – ארץ ישראל


יידן איבער דער וועלט[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

במשך די יארן זענען די יידן געווארן באזונדערע עטנישע גרופעס אין פארשידענע טיילן פון דער וועלט: די אשכנזים פון מזרח און צענטראלער אייראפע, די ספרדים פון שפאניע, פארטוגאל און צפון אפריקע, די עדות המזרח פון בבל און אינדיע, די תימנים פונעם אראבישן האלבאינדזל און די פאלאשן פון עטיאפיע. כאטש דער נוסח התפילה ענדערט זיך צווישן די פארשידענע גרופעס אבער אלע האלטן איין תורה.

איִדן אין אײראָפּע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

כּלל ישׂראל האָט זיך פלאצירט ‫אין משך די פֿאַרגאַנגענע דורות אין דער מזרח און אין די צענטראַלע אָפּטײלונג. אײראָפּע איז אַ יבשה אױף מזרח זײט פֿונעם ערד קוגל, זי גרענעצט זיך מיט אַזיע, זי פֿאַרמאָגט פילע לענדער, פיל פֿון זײ זענען אומבאַקאַנטע נעמען פֿאַר איִדן װעלכע האָבן גאַנץ װײניג געהאַט פֿאַרבינדונגען מיט זײ אין די היסטאָריע. ייִדן זענען געקומען צו דער אײראָפּעיִשער יבשה נאָך אין די צײַטן פֿונעם צװײטן ביהמ"ק, אין לױף פֿון די דורות האָבן איִדן געװאַנדערט פֿון אײן לאַנד צום צװײטן אין אײראָפּע.



שבת תורה תפילה
הייליגע טעג 
ימים טובים פאַסטן ציַיטן געדיינקט טעג


ספרים


בעוווסטע און בארימטע מענטשן

אין תנ"ך ביַי די חז"ל ביַי די ניַיע ציַיט

געמיינדעס[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

פריעריגע געמיינדעס צייטליכע געמיינדעס
Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: יידישקייט
Portal.svg

די טעמע האט א פארטאל