חנוכה

פֿון װיקיפּעדיע
א וואנט מנורה אויף חנוכה

חנוכה איז א יום טוב וואָס ווערט געפײַערט אַכט טעג, אָנהייבנדיק פון כ"ה כסלו. חנוכה איז איינע פון זיבן מצוות וואָס די חז"ל האָבן באשטימט, צו צינדן חנוכה-ליכט און לויבן דעם אייבערשטן פאר די נסים, דורך זאָגן הלל און זאָגן על הנסים בײַם דאווענען און בײַם בענטשן.

שטאַמונג[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

בײַם צווייטן בית המקדש ווען די יוונים האָבן געקעניגט איבער ארץ ישראל, האָבן זיי ארויסגעגעבן פארשיידענע גזירות אויף די ייִדן און זיי פארבאָטן צו פראקטיצירן זייער ייִדישקייט, און זיי געשטערט צו לערנען תורה. די יוונים האָבן זיי בארויבט פון זייער געלט און זייערע טעכטער, און זענען אריין אין היכל און מטמא געווען אלע טהרות, און אונטערדריקט דאָס יידישע פאלק, ביז ווען דער אייבערשטער האָט זיך דערבארעמט איבער זיין יידיש פאלק אין זיי ארויסגעהאָלפן פון זייערע הענט און זיי אפגעראטעוועט, און די חשמונאים די כהנים גדולים האָבן זיי געזיגט און האָבן אוועקגעשטעלט א קעניג פון די כהנים און צוריק געקערט דעם קעניגרייך צו די יידן פאר איבער צוויי הונדערט יאָר ביז דעם חורבן פון צווייטן בית המקדש, דער טאָג וואָס די יידן האָבן געזיגט זייערע פיינד איז געווען פינף און צוואנציקסטער טאָג אין חודש כסליו. [1] געווען איז דאָס אין יאָר ג'תקצ"ז (165 פער די קריסטלעכע צייט-רעכנונג).

די חז"ל[2] דערציילן ווען די יוונים זענען אריין אין היכל האָבן זיי מטמא געווען אלע אייל וואָס איז דאָרט געווען, און ווען די חשמונאים האָבן זיי באזיגט און זענען אריין און היכל, האָבן זיי נאָכגעזוכט און האָבן נישט געפונן נאָר איין קריגעלע אייל, וואָס איז נישט געווען טמא, וואָס איז נאך געווען פארזיגלט מיט דעם שטעמפל פון כהן גדול, וואָס איז געווען גענוג פונקט פאר איין טאָג אָןצוצינדן די מנורה, און ס'איז געשען א נס און מען האָט געצינדן דערפון אכט טעג, ביז מען האָט געברענגט פרישע אייל. דאָס אנדערע יאָר האָבן די חכמים באשטימט און געמאכט די טעג פאר א יום טוב, מיט הלל און הודאה, וואָס ווערט אָנגערופן חנוכה. און וויבאלד דער נס איז געשען מיט די ליכט פון דער מנורה , דערפאר האָבן די חכמים באשטימט מען זאָל צינדן חנוכה-ליכט, צו דערמאָנען דעם נס[3]. אנדערע ראשונים זאָגן, אז דעם יום טוב האָבן די חכמים באשטימט איבער דעם נס פון זיגן דעם קריג, און וויבאלד ס'איז געדאפלט געוואָרן דער נס מיט דעם אייל, האָבן די חכמים אויך צוגעלייגט מ'זאָל צינדן די חנוכה-ליכט, צו דערמאָנען דעם נס[4].

אכט טעג[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איבער דער פראגע פארוואס די חכמים האבן באשטימט חנוכה אכט טעג, כאטש דער נס מיט דעם קריגעלע אויל איז נאר געווען זיבן טעג - פאר איין טאג איז דאך געווען גענוג - איז פארהאן פארשידענע ערקלערונגן, א טייל דערפון:

  • פארשידענע ערקלערונגן וויאזוי דעם ערשטן טאג זעלבסט איז געשען א נס מיט דעם קריגעלע אויל [5].
  • דעם ערשטן טאג האט מען באשטימט יום טוב אלס לויב פארן אויסלייזונג און טרעפן דעם קריגעלע אויל [6].
  • דעם ערשטן טאג האט מען באשטימט יום טוב אלס געדענקעניש פון דעם נס פון זיגן די קריג נס נצחון [7].
  • דעם ערשטן טאג האט מען באשטימט יום טוב ווייל דעמאלס האט מען באנייעט דעם בית המקדש [8].
  • די חכמים האבן באשטימט חנוכה אכט טעג, וויבאלד די יוונים האבן פארשטערט פון האלטן די מצוה פון ברית מילה וועלכע איז צו אכט טאג [9].

אויך איבער דער פראגע פארוואס האט געדויערט אכט טעג ביז מען האט געצונדן פון פרישע אויל, איז פארהאן פארשידענע ערקלערונגן, א טייל דערפון:

  • וויבאלד דער שטאט תקוע פון ווי מען פלעגט ברענגן אויל פאר דעם בית המקדש איז געווען א וועג פון אכט טאג הון און צוריק [10].
  • וויבאלד אלע יידן זענען געווען דעמאלטס אנגענומען אלס טמא|טמאי מת, האט מען נישט געקענט דירעקט פראדוצירן פרישן אויל, נאר מען האט געמוזט ווארטן זיבען טעג זיך צו רייניגן, און נאך איין טעג וואס האט געדוירט צוגרייטן די אויל, עס צוקווועטשן און ארויס נעמען ריינע אויל [11].

דער נס פון זיגן דעם קריג[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

חנוכה איז באשטימט סיי פאר א אנדענקונג וואס האט פאסירט מיט דעם אויל, סיי א אנדענקונג פון דעם קריג וואס די חשמונאים האבן געזיגט קעגן די גריכן, די מעשה ווערט געשילדערט מיט אלע דעטאלן אין מגילת תענית און אויך אין מגילת החשמונאים. אלס אנדענק פונעם נס צינדט מען אן די חנוכה ליכט, און אלס אנדענק פון זיגן קעגן די גריכן זאגט מען הלל און על הנסים.

די סיבה שטייט עטלעכע טעמים אין די מפורשים. קודם וויבאלד לויט די געזעצן פון דער תורה האבן די חשמונאים נישט געטארט נעמען דאס אידישע קעניגרייך, ווייל דאס אידישע קעניגרייך געהערט בלויז פאר מלכות בית דוד, ווער עס קריגט אויף דעם קעניגרייך פון בית דוד איז ווי גלייך ער קריגט אויף דער שכינה. אזוי שטייט אין רמב"ן פרשת ויחי אויפן פסוק לא יסור שבט מיהודה. אבער אין של"ה שטייט אז די כוונה פון די חשמונאים איז געווען צום גוטן, זיי האבן געמאכט א גרייז.

דער חתם סופר זאגט אז וויבאלד די חשמונאים האבן פארכאפט דאס קעניגרייך פון בית דוד, און ר' יהודה הנשיא איז געווען פון די אייניקלעך פון בית דוד, האט עס איהם זייער געאהרט, פארוואס זיי האבן דאס געטוהן דעריבער ווערט חנוכה כמעט נישט דערמאנט אין משניות.

נאך אן אורזאך, וואס עס ווערט געברענגט פון די היסטאריקער, פארוואס דער אנדענק און פייערונג פון חנוכה איז דוקא נאר נאך די נס פון דער מנורה און נישט נאך די זיגן קעגן די גריכן, ווייל למעשה דורכאויס די היסטאריע פון די אידן ביז דאן זענען געווען פולע זיגן וואס די אידן האבן געהאט קעגן זייערע פיינט, און בלויז צוליב דעם זיג האבן די חכמים נישט געפונען פאר וויכטיק צו גרינדן א ספעציעלן יום טוב פאר אלע דורות אינעם יארטאג, אבער וויבאלד אין יענער עפאכע זענען געווען פולע אידן וואס זענען געווען אסימילירט וואס האבן זיך גערופן העלעניסטן און דער נס פון דער מנורה איז געווען אזא סארט אויסערגעווענליכער וואונדערליכער נס וואס דאס האט געברענגט צו דעם אז פולע אידן האבן זיך צוריקגעקערט צום פרומען וועג, און נאכאמאל געקומען מאסנסווייז מקריב זיין קרבנות אין בית המקדש, ממילא איז עס געווען ווי א ווידערבאנייונג פון דעם אידישן פאלק און איר גלויבן.

רמזים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער רמב"ן אויף די תורה אנהייב פרשת בהעלותך ברענגט פון א מדרש אז השי"ת האט געזאגט פאר משה ער זאל זאגן צו אהרן אז די מצוה פון חנוכה וועט אייביג זיין, אפילו ווען מען וועט נישט קענען מקריב זיין קרבנות ווייל די בית המקדש וועט זיין חרוב, אבער חנוכה ליכט ווען מען צינדן אפילו אין גלות.

אין מדרש רבה שטייט (במדב"ר פי"ג) אז אין דעם טאג איז פארטיג געווארן דאס בויען די משכן אין מדבר, אבער השי"ת האט געווארט ביז ראש חודש ניסן מען זאל אויפשטעלן די ערשטע מאל דאס משכן, האט זיך דער חודש געשעמט, האט איהם השי"ת באצאלט אז אין צווייטן בית המקדש איז געווארן א יום טוב דערין.

דער נאמען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איבער דעם נאמען חנוכה איז פארהאן פארשידענע ערקלערונגן טעמים און רמזים אין די ראשונים, און אויך שפעטער אין די אחרונים.

  • פון וועגען חינוך הבית, די חשמונאים האבן צוגעגרייט דעם בית המקדש מען זאל דארט קענען ווידער טון די עבודה. וויבאלד די יוונים האבן האבן מטמא געווען דעם בית המקדש מיט אלע אירע כלים, און ווען די חשמונאים האבן זיי געזיגט האבן זיי אלעס צוריק געריינגט [12].
  • פון וועגען חנוכת המזבח, די חשמונאים האבן צו-ווארפן דעם אלטן מזבח און אויפגבויעט א נייעם, וויבאלד די יוונים האבן זיך באניצט מיט דעם אלטן מזבח פאר די עבודה זרה איז עס געווארן פארבאטן אסור [13].
  • חנוכה איז די אותיות חנו כ"ה, זיי האבן גערוהט פינף און צוואנציג טאג אין חודש כסליו.[14]
די קריג האט געענדיגט דעם פיר און צוואנציגסטן טאג, און די חשמונאים האבן גערוהט דעם פינף און צוואנציגסטן פון זייער קריג [15].
די חשמונאים האבן גערוהט דעם פינף און צוואנציגסטן פון זייער פראבלעמן [16].
די חשמונאים האבן גערוהט פון זייער פיינד. [17]
  • חנוכה איז ראשי תיבות ח'ית נ'רות ו'הלכה כ'בית ה'לל, אז די הלכה בלייבט ווי בית הלל וואס האלטן אז מען זאל צינדן אכט ליכטלעך ביים סוף, מען זאל זיין מוסיף והולך [18].


אנצינדן די חנוכה ליכט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – חנוכה ליכט

אנצינדן די חנוכה ליכט איז די הויפט מצווה פון חנוכה. מען צינדט די ליכט יעדע נאכט פון חנוכה (פון דער נאכט נאך כ"ד כסלו) נאך דער שקיעה (אחוץ ערב שבת ווען מען דארף צינדן פאר דער שקיעה). מען קען יוצא זיין מיט באזונדערע ליכט, אבער דער מנהג איז אז מען ניצט א מנורה, אפטמאל א זילבערן.

די עיקר תקנה איז געווען צינדן יעדע נאכט איין ליכטל אין יעדן הויז, און מיט דעם האט דאס גאנצע הויזגעזינד יוצא געווען. נאר די מהדרין צינדן איין ליכטל פאר יעדעם איינעם, און די מהדרין מן המהדרין צינדן נאך א ליכטל יעדע נאכט (ד"ה איין ליכטל די ערשטע נאכט, צוויי די צווייטע נאכט, אא"וו). היינט איז אנגענומען בכל תפוצות ישראל אז מען צינדט ווי די מהדרין מן המהדרין. ביי אשכנזים פירט מען זיך אז יעדער איינער,אויך קינדער, האט זיין אייגענע מנורה. ביי ספרדים איז דער מנהג אז נאר דער בעל הבית צינדט און ער איז מוציא זיין גאנצע משפחה.

היינט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

היינט ווערט חנוכה געפייערט דורך יעדן איינעם אפילו דורך אידן וואס א גאנץ יאר האבן זיי נישט קיין גרויסע שייכות צו דער תורה.

פרויען האבן א מנהג נישט צו טון קיין ארבעט ווען די חנוכה ליכט ברענען.

חנוכה אינעם ווייסן הויז[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – ווייסע הויז חנוכה מסיבה

דאס ערשטע שייכות וואס דאס ווייסע הויז האט געהאט מיט חנוכה אין געווען אין יאר תשי״ב ווען ישראל פרעמיער מיניסטער דוד בן-גוריון האט באשאנקען פֿ״ש פרעזידענט הערי טרומאן מיט א חנוכה מנורה. אין תש״ם האט פרעזידענט זשימי קארטער זיך באטייליגט אין דער ערשטער חנוכה מנורה צינדן צערעמאניע פון דער נאציאנאלער מנורה לעבן דעם ווייסן הויז.

חנוכה פירונגען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פאנטשקעס

אום חנוכה קומען זיך משפחות צוזאם און מען פראוועט סעודות, מען עסט פרישע לאטקעס און מען זינגט חנוכה לידער. עס איז אן איינגעפירטער מנהג אז מען שפילט דריידל. טייל מענטשן עסן לאטקעס חנוכה. ס'איז אויך געווארן א מנהג לעצטנס צו עסן פאנטשקעס חנוכה.

אין די פוסקים ווערט דערמאנט דער מנהג פון עסן מילכיגס, צוליב דעם נס וואס עס איז געשען אז יהודית האט געגעבן צו עסן פאר האליפורני קעז און מילך, און אזוי האט זי זיך געקענט שטארקן אויף אים (כלבו, רמ"א שו"ע או"ח).

נאך א מנהג איז צו טיילן חנוכה געלט צו די קינדער, און די קינדער שפילן דריידל מיטן געלט.

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: חנוכה


רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. לשון הרמב"ם הל' חנוכה פ"ג ה"א ה"ב
  2. מגילת תענית פרק ט', מסכת שבת כ"א ע"ב
  3. טור או"ח תרע"א
  4. ר"י מלוניל שבת כ"א
  5. בית יוסף - או"ח תר"ע
  6. מאירי - שבת כ"א
  7. פרי חדש - או"ח תר"ע
  8. שלטי גבורים - שבת
  9. בעל העתים, כל בו
  10. מאירי, ר"ן, אבודרהם
  11. בית יוסף
  12. שבלי הלקט סי'קע"ד
  13. אור זרוע ח"ב ס' שכ"א
  14. מחזור ויטרי סי רל"ט, הפרדס עמ' רמג, ארחות חיים הל' חנוכה, טור סי' תר"ע
  15. לבוש תר"ע
  16. מהר"ן שפירא
  17. שו"ע הרב
  18. אבודרהם הל' חנוכה
ייִדישע צײַטן און ימים טובים

שבת | ראש השנה | צום גדליה | יום כיפור | סוכות | הושענא רבא | שמיני עצרת - שמחת תורה | חנוכה

עשרה בטבת | ט"ו בשבט | תענית אסתר | פורים | פסח | ספירת העומר | פסח שני | ל"ג בעומר

שבועות | שבעה עשר בתמוז | ימי בין המצרים | תשעה באב | חמשה עשר באב

ראש חודש | חול המועד | תענית

אזהרה: מען פסק'נט נישט קיין הלכה פון וויקיפעדיע.