תענית אסתר

פֿון װיקיפּעדיע

תענית אסתר (אויף יידיש זאגט מען אסתר תענית) איז דער טאג פאר פורים, י"ג אדר (אין אן עיבור יאר, אדר שני). דער טאג איז א פאסט-טאג, מען זאגט סליחות און מ'ליינט ויחל. ווען י"ג אדר געפאלט שבת, פאסט מען דעם פריערדיקן דאנערשטאג, י"א אדר.

כאטש אנדערע תעניתים וואס געפאלן שבת שטופט מען דעם תענית ביז זונטאג, אבער אין דעם פאל טאר מען נישט פאסטן זונטאג (ווייל ס'איז פורים) דעריבער פעדערט מען דעם תענית צו דאנערשטאג.

דער רמ"א פסק'נט אז צו פאסטן אסתר תענית איז נאר א מנהג און נישט קיין חובה, אנדערש ווי די אנדערע פיר תעניתים פון חז"ל, דעריבער איז מען מער מיקל אסתר תענית און געוויסע הלכות.

מקור[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די תענית ווערט נישט דערמאנט קלאר און חז"ל, די איינציגע פלאץ וואס עס ווערט דערמאנט איז אנהויב מסכת מגילה זאגט די גמרא אז 'י"ג זמן קהלה לכל', דער ר"ת זאגט אז דאס גייט ארויף אויף תענית אסתר, וואס דעמאלטס זאמעלט מען זיך איין צו דאווענען צום אייבערשטן און פאסטן, וויבאלד די אידן בימי אחשוורוש זענען אויך געווען אנגעוויזן אויף רחמי שמים.

אבער רש"י לערנט אז די ווערטער 'י"ג זמן קהלה לכל' איז נישט קיין הלכה, נאר ענדערש דאס באציעט זיך אויף דער געשיכטע פון דער מגילה, אז אום י"ג אדר האבן זיך איינגעזאמעלט די אידן זיך נוקם זיין אויף די פיינט.

דער רמב"ם - און ווי אזוי עס זעהט אויס פון רש"י - האלטן אז דאס פאסטן אום אסתר תענית איז בלויז אלס א זכר צו דעם טאָג וואָס אסתר המלכה האט באצוווּנגען דאס פאָלק ישראל צו פאַסטן אויף איר, ווייל זי האָט געדאַרפט אַריינגיין בכוח צום קעניג בעטן מבטל זיין די גזירה פון פאַרלענדן כלל ישראל. אַזוי ווי עס שטייט אין מגילת אסתר (פרק ד' פסוק ט"ז): ”לֵךְ כְּנוֹס אֶת-כָּל-הַיְּהוּדִים הַנִּמְצְאִים בְּשׁוּשָׁן, וְצוּמוּ עָלַי וְאַל-תֹּאכְלוּ וְאַל-תִּשְׁתּוּ שְׁלֹשֶׁת יָמִים לַיְלָה וָיוֹם--גַּם-אֲנִי וְנַעֲרֹתַי, אָצוּם כֵּן; וּבְכֵן אָבוֹא אֶל-הַמֶּלֶךְ, אֲשֶׁר לֹא-כַדָּת, וְכַאֲשֶׁר אָבַדְתִּי, אָבָדְתִּי.”און דערפאַר הייסט דער טאג "אסתר תענית".

בזמן אסתר האבן די אידן געפאסט אין חודש ניסן, נאר וויבאלד מ'טאר דאך נישט פאסטן און חודש ניסן האט מען עס מתקן א טאג פאר פורים.

טייל האלטן גאר אז מרדכי און אסתר האבן עס שוין מתקן געווען ווי מ'זעט פון דעם פסוק אין דער מגילה, ”לְקַיֵּם אֵת־יְמֵי הַפֻּרִים הָאֵלֶּה בִּזְמַנֵּיהֶם כַּאֲשֶׁר קִיַּם עֲלֵיהֶם מָרְדֳּכַי הַיְּהוּדִי וְאֶסְתֵּר הַמַּלְכָּה וְכַאֲשֶׁר קִיְּמוּ עַל־נַפְשָׁם וְעַל־זַרְעָם דִּבְרֵי הַצֹּמֹות וְזַעֲקָתָֽם”לויט דעם איז עס א חובה פונקט ווי קריאת מגילה און די אנדערע מצוות היום, אבער רוב ראשונים האלטן נישט אזוי, און דער ר"ן איז מסביר אז די ווערטער 'דברי הצמות וזעקתם' מיינט צו זאגן אז פונקט ווי חז"ל האבן געהייסן פאסטן די אנדערע פיר תעניתים אלס א זכר פון די חורבן בית המקדש די זעלבע חוב איז דא צו מקיים זיין די מצוות היום פון פורים אלס א זכר פון די נס פורים.

מנהגים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין מסכת סופרים שטייט אז דער מנהג איז צו פאסטן דריי טעג נאך פורים, מאנטאג, דאנערשטאג און מאנטאג, וואס רופט זיך בה"ב, ווייל בזמן אסתר האט מען אויך געפאסט דריי טעג, אבער דער בית יוסף זאגט אז מיר פאסטן נישט דריי טעג ווייל עס איז א זאך שאין רוב הציבור יכולין לעמוד בו.

אין קב הישר שטייט אז אום אסתר תענית זאל מען זאגן קאפיטל כ"ב פון ספר תהלים, 'א-לי א-לי למה עזבתנו', און עס איז סגולה צו געהאלפן ווערן מיט ישועות, ווייל חז"ל זאגן אז אסתר האט געזאגט די תפלה איידער זי איז אריין צו אחשוורוש צו אפרופן די גזירה פון המן.

ייִדישע צײַטן און ימים טובים

שבת | ראש השנה | צום גדליה | יום כיפור | סוכות | הושענא רבא | שמיני עצרת - שמחת תורה | חנוכה

עשרה בטבת | ט"ו בשבט | תענית אסתר | פורים | פסח | ספירת העומר | פסח שני | ל"ג בעומר

שבועות | שבעה עשר בתמוז | ימי בין המצרים | תשעה באב | חמשה עשר באב

ראש חודש | חול המועד | תענית