תהילים

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון תהלים)
תהלים הייבט זיך מיט אשרי...
ספר תהלים פון דוד מלך ישראל נעים זמירות ישראל

תהילים איז דער ערשטער ספר פון כתובים אין תנ"ך, װאָס װוערט פאַרעכנט אַלס דאָס הײליקסטע תנ"ךספר נאָך די חומשים.

אנדערשט ווי אלע אנדערע ספרים אין תנ"ך, איז די ספר תהילים כשמו כן הוא, פיל בלויז מיט לויב און געזאנג צו גאט, לידער און ארויסברענגען געפילן.

נאמען פון ספר[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער נאמען פונעם ספר תהלים שטאַמט פון װאָרט "הלל", לױבן, דערפן "תהלה", אַ לויב, און אין מערצאָל "תהלות", און עס איז אויך געװאָרן אין מערצאָל דאָס װאָרט תהלים. אין לשון חז"ל אין תלמוד הייסט ער "ספר תהלים", און טײלמאָל אויך "תילים", און "תילי" אין נסמך.[1] און די אויסשפראך איז נאך באנוצט און געהיטן ביי טייל קרייזן פון כלל ישראל ביזן היינטיגן טאג. פון די מיטל אלטער מפרשים, ווי צ.ב.ש. דער רמב"ן און ספעציעל די אבן עזרא, זענען געווען פון זיי וואס האבן דאס גערופן תהילות.

ביי די אלגעמיינע קריסטליכע גוים הייסט דאס פסאלמעס אלס דער בוך פון פידל. דאס ווארט פזמון שטאמט פון דעם ענדליכקייט.

ביי די מוסולמענער הייסט דאס דאס בוך פון זאבור און לויט זיי איז דאס פון הימל פונקט ווי די תורה וואס גאט האט אנטפלעקט איידער דעם קוראן נאך.

חשיבות פון ספר[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

און רוב ספרי תנ"ך וואס זענען היינט געדרוקט איז דאס אין אנפאנג אלס ערשטער ספר און הויפט פון די כתובים.

אין א באקאנטער ברייתא אין מסכת בבא בתרא (י"ד, ב) וואס איז דן אין די ספרים פון תנ"ך און זייער אויסשטעל, געפינט זיך דער תהלים נאכן מגילת רות, און דאס איז מסתם לויט דער כראנאלאגישע סדר פון די ברייתא, ווי רש"י איז מפרש.

אייטיילונג פון ספר[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איינטיילונג פאר פרקים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דאס ספר תהילים איז אן איינזאמעלונג פון פארשידענע געזאנגען און לידער אין פארעם פון מזמורים, און יעדע מזמור שטייט פאר זיך ווי א גאנצער באשעפעניש פארשלאסן און אפגעטיילט פון די איבעריגע. און אונזערע היינטיגע געדרוקטע תהלים'לעך געפינט זיך הונדערט און פופציג קאַפּיטלעך, און יעדע קאַפּיטל אנטהאלט א מזמור.

אונזער ווערסיע איז א נייער רעלאטיוו, און חז"ל טרעפן מיר בלויז דעם צאל פון 147 ("קמ"ז") קאַפּיטלעך, דאס שטעלן חז"ל אויס קעגן די לעבן'ס - יארן פון יעקב אבינו[2] דער צווישענשייד פון חז"לס צאל ביז אונזער ציילונג שטאמט פון דעם וואס א טייל פון די פרקים וואס ערשיינען אלס איין מזמור אין זייער ציילונג זענען היינט געציילט געווארן אין עקסטערע פרקים. אבער עס איז נישט קלאר וועלכעס דאס איז פונקטליך. ("אשרי ולמה רגשו חדא פּרשתא היא", ברכות ט'). דאָס ספר תהילים איז אויך איינגעטיילט אין 5 ספרים, און אין 5 "חומשים" און פון דער גמרא קידושין לג ("שני חומשין שניתי לו בספר תהלים") איז צו זען אַז די דאָזיקע איינטיילונג איז אַ זייער אַלטע. שפּעטער האָט מען איך איינגעטיילט דעם תהלים צו זאָגן יעדן טאָג אַ "יום" תהלים, אַזױ, אַז מען זאָל אין פאַרלויף פון דער װאָך קאָנען אויסזאָגן גאַנץ תהלים.

די מזמורים אין תהלים זענען פון פאַרשידענע אינהאַלט. און די גמרא פּסחים קי"ז האָט שוין באַמערקט, אַז פון די מזמורים זענען פאַראַן טייל, װואָס זענען תפילות, טייל לױב־געזאַנגען צו גאָט, אַנדערע דידאקטישע דברי מוסר און אָנווייזונגען, אַז דער מענטש דאַרף גיין אין גוטן וועג. דאָס ערשטע קאַפּיטל תהלים, דער "אשרי האיש אשר לא הלך בעצת רשעים", אין וועלכן עס ווערט אָנגעװיזן, אַז וואויל איז דעם מענטש װאָס גייט ניט אין די וועגן פון די רשעים און אַז דער סוף פון רשע איז אַ שלעכטער, און דער סוף פון צדיק איז אַ גוטער, איז אייגנטלעך דער לײט־מאָטיו פאַר דעם גאַנצן ספר תהלים. די תפלות פון תהלים, דאָס אויסטענהען זיך פון איינצלנעם מענטש מיט גאָט, דאָס אויסגיסן דאָס האַרץ און אויסדריקן די האָפענונג און בטחון אין דער געטלעכער הילף, איז דער גרונט־שטריך פון תהלים.

די מזמורים ווערן באַצײיכנט אין אָנהױב מיט פאַרשידענע נעמען װי "מזמור", "תפלה", "תהלה"', "שגיון" און אַנדערע, און גאַנץ אָפט הויבט זיך אָן דער מזמור מיט דעם װאָרט "למנצח" װאָס ווערט געטייטשט "צום דיריגענט", צו דעם װאָס האָט אָנגעפירט מיט די זינגערס, וועלכע האָבן דאָס קאַפּיטל תהלים געזונגען. פון דעם איז צו זען אַז אין תהלים געפינען מיר אויך אַ זאַמלונג פון געזאַנג־װערטער, וועלכע זענען געזונגען געװאָרן ביי פאַרשידענע פייערלעכקייטן (דערויף ווייזן אָן אויך די אָנהויבן פון טייל מזמורים "חנוכת הבית", ,ליום השבת" און אַנדערע). אין דער משנה סוכה פּרק ד' און אַנדערע ערטער ווערט געזאָגט, אַז די לויים האָבן געזונגען די מזמורים פון תהלים אין בית המקדש (אָנדײטונג אין דברי הימים ב' ז' "בהלל דוד"). אין דער משנח סוף תמיד ווערן אויסגערעכנט די מזמורים (דער היינטיקער "יום" װאָס איז ניט דער דערמאָנטער ,יום'), װאָס די לויים האָבן געזונגען אין בית המקדש יעדן טאָג,. די דאָזיקע מזמורים זענען זיכער אויך באגלייט געװאָרן מיט מוזיק אויף מוזיקאַלישע אינסטרומענטן (די "כלי שיר" פון דברי הימים), װי "על השמינית", אַ מוזיקאַלישער אינסטרומענט װאָס האָט װאַרשײינלעך געהאַט 8 סטרונעס און אַנדערע.

איינטיילונג אין ספרים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

תהלים איז צעטיילט פון 5 ספרים, אן איינטיילונג וואס דעקענט זיך פונעם לשון פון די פארענדיגטע פסוקים פון יעדן ספר:

  1. פרקים א-מא. דער ספר פארענדיגט זיך מיטן פסוק: "בָּרוּךְ ה' אֱלֹהֵי יִשְׂרָאֵל מֵהָעוֹלָם וְעַד הָעוֹלָם אָמֵן וְאָמֵן"
  2. פרקים מב-עב. דער ספר פארענדיגט זיך מיטן פסוק: "כָּלּוּ תְפִלּוֹת דָּוִד בֶּן יִשָׁי"
  3. פרקים עג-פט. פארשליסט זיך: "בָּרוּךְ ה' לְעוֹלָם אָמֵן וְאָמֵן"
  4. פרקים צ-קו. פארשליסט זיך מיט:"בָּרוּךְ ה' אֱלֹהֵי יִשְׂרָאֵל מִן הָעוֹלָם וְעַד הָעוֹלָם וְאָמַר כָּל הָעָם אָמֵן הַלְלוּ-יָהּ"
  5. פרקים קז-קנ. פארזיגעלט דעם גאנצן תהלים מיטן פסוק: "כֹּל הַנְּשָׁמָה תְּהַלֵּל יָהּ הַלְלוּ-יָהּ"

דאס ווערט בלויז באטראכט אלס אינעווייניגסטער צעטיילונג אין ספרים, כלפי דעם דערויסענדער ציילונג פון די 24 ספרי המקרא ווערט דאס פארעכענט פאר איינס.

איינטיילונג צו פסוקים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

לויט אונזער איינטיילונג פון די פסוקים, געפינט זיך אין ספר תהילים 2527 פסוקים. לויט דעם איינטיילונג, איז דער מיטלסטער פסוק אינעם גאנצן ספר: "וַיְפַתּוּהוּ בְּפִיהֶם וּבִלְשׁוֹנָם יְכַזְּבוּ לוֹ" (עח, לו).

אבער אין תלמוד בבלי (מסכת קידושין דף ל, עמוד א) איז א דיון אין צוזאמענהאנג פון די צאל פסוקים אין ספר תהלים, און לגבי דאס מיטלסטע פון זיי. לויט דער גמרא, איז דער מיטלסטער פסוק: "וְהוּא רַחוּם יְכַפֵּר עָוֹן וְלֹא יַשְׁחִית וְהִרְבָּה לְהָשִׁיב אַפּוֹ וְלֹא יָעִיר כָּל חֲמָתוֹ" (עח, לח) וואס איז פארוקט פון בלויז 2 פסוקים פון אונזער היינטיגער מיטלסטער פסוק.

מיט דעם אלעם, איז לויט דער דארטיגער סוגיא פארהאן 5896 פסוקים אינעם גאנצן ספר, מער ווי טאפלט פון אונזער חשבון. אבער די גמרא שרייבט דארטן אז מיר זענען נישט באקאנט וויאזוי איינצוטיילן די פסוקים ווי אמאל, דעריבער איז אונזער ציילונג אנדערשט ווי זייער ציילונג.

איינטיילונג צו סדרים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נאך איינטיילונגען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

תהלים ווערט אויך איינגעטיילט אויף די דרייציג טעג אין א חודש כדי מ׳זאל ענדיגן זאגן גאנץ ספר תהילים איין מאל א חודש, און אויף די זיבן טעג פון דער וואך.

מחבר פון תהילים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווער איז דער מחבר פון ספר תהלים? געוויינלעך איז אָנגענומען געװאָרן דורך דער טראַדיציע, אַז דוד המלך האָט מחבר געווען דעם גרעסטן טייל פון די מזמורים, און אַחוץ אים האָבן אויך מחבר געווען מזמורים ידותון, אסף, די בני קרח און אַנדערע, וועמענס נעמען ווערן דערמאָנט אין אָנהױיב פון טייל קאַפּיטלעך. אויף איין קאַפּיטל ווערט אָנגעגעבן דער נאָמען פון משה ("תפלה למשה", קאַפּיטל צ') אויף 2 קאַפּיטלעך שלמה. דער תנא רבי מאיר אין פּסחים קי"ז זאָגט, אַז דוד האָט מחבר געווען אַלע קאַפּיטלעך. דאָס קאַפּיטל י"ח אין תהלים פון דוד איז פאַראַן אויך אין שמואל ב' כ"ב פון דוד, וועלכער ווערט אין שמואל ב' כ"ג אויך אָנגערופן "נעים זמירות ישראל". טייל מפרשים, ווי רבי אברהם אבן עזרא אין זיין הקדמה, רבי משה גיקטלייא (געבראַכט אין פּירוש פון אבן עזרא), רבי דוד קמחי (רד"ק) און אַנדערע, האַלטן, אַז טייל קאַפּיטלעך תהלים זענען געשריבן געװאָרן אַ סך שפּעטער פון דוד המלך, און טייל אַפילן נאָכן חורבן פון 1טן בית המקדש, ווי למשל דאָס קאַפּיטל קל"ז "על נהרות בבל שם ישבנו", װאָס פון אינהאַלט איז צו זען, אַז דאָס איז געשריבן געװאָרן נאָכדעם ווי די יידן זענען פאַרטריבן געװאָרן אין גלות בבל ביים חורבן פון 1טן בית המקדש. וועגן א סך קאַפּיטלעך פון תהלים זענען דעריבער פאַראַן פאַרשידענע מיינונגען בנוגע דער פראַגע, ווען זיי זענען פאַרפאַסט געװאָרן.

אין די קעפלעך פון 100 פון די מזמורים פון תהילים ווערט אראפגעברענגט א נאמען פון א מענטש אדער א גרופע מענטשן, שטענדיג מיט א ל' וואס דינט אלס רילעישאן פאר דעם. די ל' איז געווארן פארטייטשט אין אסאך פארשידענע וועגן:

  • רוב קלאסישע מפרשים זענען דאס מפרש אז דער ל' מיינט אנציצייכענן דעם נאמען פון איר מחבר פונעם מזמור. אזוי ארום איז למשל די קעפל "לדוד" ארויסצוברענגן אז דוד איז דער וואס האט דאס געשריבן און קאמפאזירט דעם מזמור.
  • אדער אז דער מזמור איז געזינגן געווארן פאר אדער אויף דעם מענטש וואס ווערט דערמאנט אינעם קעפל, אדער פאר זיין אנדענק און כבוד האט מען דאס מחבר געווען. אזוי, למשל, האבן אסאך מפרשים מפרש געווען די מזמורים עב און-קכז וואס אין זייערע קעפלעך ערשיינען די ווארט "לשלמה", וואס דאס איז פארפאסט געווארן אלס תפילה פאר שלמה המלך. לויטן אבן עזרא אין זיין הקדמה צו זיין פירוש אויף תהלים נעמט ער אן ביידע מעגליכקייטן סיי אז דער נאמען איז דער פארפאסער און סיי אז עס איז געזינגן און פארפאסט דורך אנדערע פאר דעם כבוד פון דוד.
  • דער מזמור איז געווען דער סדר צו זאגן אדער זינגן ביי דעם מענטש פון אנדערע פארפאסער דעריבער איז דאס נאכדעם אריין אינעם קעפל וויבאלד יענער באקאנטער פלעגט אסאך זאגן דעם מזמור. אזוי זאגן פיל מפרשים פשט אין די קעפלעך פון "לאסף" אדער "לבני קורח", וואס די דאזיגע לוויים פלעגן זינגן די מזמורים כסדר אין זייער עבודת ה' אין בית המקדש אלס טייל פון שירת הלוויים.

דוד[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

לויט ווי עס ווערט פארציילט אין די מקרא, האט דוד זיך אויסגעקענט מיטן פידל אין זייער לשון "יודע נגן", און עס ווערט אויך פארציילט אז ער איז געברענגט געווארן פארן קעניג שאול כדי צו זינגן מיט זיין פידל בעפאר אים כדי צו דערווייטערן די מרה שחורה וואס האט באפאלן שאול'ן.

אין מסכת פסחים, האבן חז"ל באשטימט: "אז אלע געזאנגן און לויבן וואס ווערט דערמאנט אין ספר תהלים האט דוד זיי געזאגט"

טראץ דעם, ווערט געברענגט אין ברייתא, מסכת בבא בתרא: "דוד האט געלאזט שרייבן דעם ספר תהלים דורך 10 זקנים: דורך אדם הראשון, דורך מלכיצדק, און דורך אברהם, און דורך משה, און דורך הימן, און דורך ידותון, און דורך אסף, און דורך די 3 קינדער פון קרח"

אויף די ערשיינונג פון די פרקים פון תהילים וואס רעדן ארום אויף טעמעס אסאך שפעטער ווי דוד המלך שרייבט רבי אברהם בן עזרא אין זיין אריינפיר צו ספר תהילים: "עס איז דא א גרויסע מחלוקת צווישן די מפרשים, טייל זאגן אז דוד האט דאס געשריבן און ער איז געווען א נביא, ... און טייל זאגן אז דער תהלים האט נישט קיין נבואה, און דערפאר האבן איר די קדמונים געשריבן צוזאמן מיט איוב און די מגילות... און זיי זאגן אז 'על נהרות בבל' - האט פארפאסט איינער פון די משוררים אין בבל... און אויך אז אסף ... איז נישט דער אסף פון דוד'ס צייטן."

אין סך הכול זענען 73 מזמורים אנגעצייכענט ביי זייער אנפאנג די ווארט לדוד, 12 מזמורים פאר אסף, 11 פאר די קינדער פון קרח, 2 מזמורים פאר שלמה, איין מזמור פאר איתן האזרחי (וואס לויט די מסורת איז דאס אברהם) איין מזמור פאר משה, און 3 מזמורים ווערט דערמאנט ידותון. פופציג מזמורים טראגן בכלל נישט קיין שום דערמאנונג פון א נאמען פון א פארפאסער.

קעפלעך פון די מזמורים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די ציאונג פונעם קעפל צום קערפער פון מזמור[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

סארטן מזמורים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

סארטן אינטראמענטן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין פיל פון די מזמורי תהילים ווערט אראפגעמאלטן אינעם קעפל די סארט אינסטראמענט וואס האט באגלייט דעם ניגון:

  • למנצח (55 מאל).
נאכן אויסשפראך "למנצח" קומט דער אראפמאלונג פון די מוזיק וואס האט דאס מיטגעשפילט:
    1. למנצח בנגינות (5 מאל)
    2. למנצח אל הנחילות (איין מאל - פרק ה)
    3. למנצח בנגינות על השמינית (איין מאל - פרק ו)
    4. למנצח על השמינית (איין מאל - פרק יב)

נעמען פון די מחברים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

שם המחבר מופיע בראש בראש 100 ממזמורי תהילים, כשהאות ל' באה לפני שמם:


אנצייכענונג פון צייט צו זאגן דעם מזמור[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין טייל מזמורים טרעפן מיר די פאסיגע צייט ווען מען זאל דאס זאגן:

  • מזמור שיר ליום השבת (מזמור צב). לויט דער משנה (תמיד ז, יד) זינגט מען דעם מזמור שבת אין בית המקדש.
  • מזמור לתודה (מזמור ק). היו שפירשו את המזמור כמיועד להיאמר באת הקרבת קרבן תודה.
  • מזמור שיר חנוכת הבית (מזמור ל). היו שפירשו את המזמור כמיועד להיאמר בחנוכת בית המקדש.
  • להזכיר (מזמורים לח, ע) כפי שצוין, היו שפירשו שמזמורים אלו נועדו להיות תפילה שבאה יחד עם קרבן מנחה שאליו קשור הפועל זכירה, כגון "אזכרתה לה'" (ויקרא ו, ח).
  • למנצח על איילת השחר (מזמור כב). היו שביארו את שמזמור זה נאמר בזמן הזריחה (היא איילת השחר).

אנווייזונגען וויאזוי דאס צו זאגן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אויסער די וועגן פונעם ניגון וואס ליגט אין קעפל, געפינט זיך אויך די אנווייזונגען וויאזוי דאס צו זינגען. וויכטיג פאר דעם איז דאס ווארט "סֶלָה", וואס באשיינט 71 מאל אינעם ספר. מילה נוספת המשמשת להדרכת הנגינה היא "היגיון", המופיעה במזמור ט, ז. תיבות אחרות שהוצע לקוראן כסימני נעימה הן: "ניצב" (לט, ו), "מיני" (מה, ט), "משכיל" (מז, ח), "אֵלֶם" (מז, ח), "רַבָּה" (סב, ג), "יָרוּמוּ" (קמ, ט)

אינהאלט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דאָס ספר תהלים מיט דער פאַרשידנקייט פון אינהאַלט פון זיינע מזמורים, די אינערלעכסטע השתפּכות הנפש פון זיינע תפילות ("תפלה לעני כי יעטוף", "ממעמקים קראתיך ה' "), די פרייד און לויב־געזאַנג צו גאָט ("לכו נרננה", "הודו לה' כי טוב", "הללויה"), דער בטחון און פעסטע אמונה אין דער געטלעכקייט ("ה' רועי לא אחסר"), די בענקשאַפט צו גאָט ("צמאה לך נפשי, כמה לך בשרי"), דאָס באַזינגען די דערהאַבנקייט פון דער געטלעכער נאַטור ("השמים מספרים כבוד אל", "כי אראה שמיך", "ברכי נפשי", דאָס אויסגיסן דעם צער איבער דער אומגערעכטיקייט אין דער וװעלט "(למה ה' תעמוד מרחוק", "אל נקמות"), דאָס אַלץ האָט געמאַכט דעם ספר תהלים פאַר דעם העכסטן אויסדרוק פון דער מענטשלעכער תפילה און הימן צו דער געטלעכקייט. דער ספר תהלים איז דעריבער געװאָרן דאָס תפילה־ספר פון פיל פעלקער. ביי יידן איז דער ספר תהלים אַזי חשוב, אַז פיל מזמורים זענען אַריינגענומען געװאָרן אין דאַװענען יעדן טאָג און אויך ביי פאַרשידענע געלעגנהייטן; אינדערפרי ווערן געזאָגט אין דאַװענען די "פּסוקי דומרא" ("יהי כבוד", "אשרי" און ווייטער); דעם "יום"; פרײטיקצונאַכטס די קאַפּיטלעך פון לכו נרננה; יום טוב, ראש חודש, חנוכה "הלל"; אָבער אַחוץ די דאָזיקע געוויינלעכע תפילות, זאָגט מען ביי יידן טתם תהלים צי ביי אַן אומגליק"פאַל, ביי אַ קראַנקן, אַ גזירה, אָדער ווען איינער שטאַרבט, צי אין פאַל פון שמחה, פון אַ פרייד צוליב אַ נס, ווען מען איז ניצול געװאָרן פון אַ אומגליק. גאָר פרומע יידן זאָגן אַ גרויסן יום תהלים יעדן טאָג און זענען מסיים דאָס ספר תהלים יעדע װאָך. אין די יידישע שטעט זענען געווען די "חברה תהלים", יידן װאָס פלעגן בציבור אויסזאָגן תהלים. דער פאָרזאָגער האָט געזאָגט איין פּסוק און דער עולם האָט נאָכגעזאָגט דעם צוייטן פּסוק. דאָס זאָגן איז געווען מיט אַ באַזונדערער רירנדער מעלאָדיע, "תהלים־מעלאָדיע". אין די סידורים זענען פאַראַן אַ "יהי רצון" צו זאָגן פאַר דעם זאָגן תהלים און אַ "יהי רצון" אויף נאָכן זאָגן תהלים.

קולטור[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דאָס זאָגן תהלים איז געשילדערט געװאָרן אויך אין דער ידישער ליטעראַטור (שלום אַשס "תהלים-ייד", אַנסקי אין "דיבוק" און אַנדערע). צום תהלים זענען אויך געשאַפן מוזיקאַלישע װערק דוורך באַרימטע קאָמפּאָזיטאָרן (באַך, מענדלסאָן און אַנדערע). דאָס ספר תהלים איז איבערזעצט געװאָרן אין זייער פיל שפּראַכן און פיל מאָל אויך אין יידיש. הונדערטער פּירושים און מאָדערנע קאָמענטאַרן און פאָרשונגען צום תהלים זענען געשריבן געװאָרן אין פאַרשידענע צייטן. זע אין דער איינלייטונג פון ש. ל. גאָרדאָן צום ספר תהלים און זיין ביאור.

מדרש[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

צום ספר תהלים איז פאַראַן אַ מדרש; מען רופט אים מדרש תהלים און אויך "שוחר טוב" ווייל ער הויבט זיך אָן מיטן פּסוק "שוחר טוב יבקש רצון" (משלי י"א). אין ירושלמי כלאים ט' ווערט דערמאָנט אַ "ספר תהלים אגדה"; אין מדרש בראשית רבה ל"ג ווערט דערמאָנט "אגדת תהלים"; זע אין דער אויסגאַבע פון מדרש שוחר טוב דורך שלמה באָבער און אין דער איינלייטונג צו איר.

זאגן תהילים אין אידישע טראדיציע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ספר תהילים איז דאס מערסטע באנוצטער און באקאנטסטער ספר פון אלע טיילן פון כתובים. וויבאלד מען טרעפט דערין מזמורים וואס שטימען זיך אריין כמעט אין יעדן מצב.

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

װעב־לינקן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: תהילים

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. פּסחים קי"ז, "תילי דבי רב חנן"
  2. ירושלמי שבת פּרק ט"ו; מסכת סופרים פרק ט"ז, הלכה י"א; הובא בתוספות על תלמוד בבלי, מסכת פסחים דף קי"ז, עמוד א; זייט מעיין אין נודע ביהודה מהדורה תנינא - קונטרס אחרון סימן קיב ד"ה און זעהט וואס ער פרעגט דארטן.
ספרים אין תנ"ך

תורה: בראשית | שמות | ויקרא | במדבר | דברים

נביאים: יהושע | שופטים | שמואל (א' וב') | מלכים (א' וב') | ישעיה | ירמיה | יחזקאל | תרי עשר: הושע | יואל | עמוס | עובדיה | יונה | מיכה | נחום | חבקוק | צפניה | חגי | זכריה | מלאכי

כתובים: תהילים | משלי | איוב | שיר השירים | רות | איכה | קהלת | אסתר | דניאל | עזרא - נחמיה | דברי הימים (א' וב')

קוואלן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]