ספר יהושע
ספר יהושע איז דער ערשטער ספר פֿון די (אַכט ספרים פֿון) נביאים אין תנ"ך. דער ספר באַשרײַבט ווי די ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין ארץ ישראל, פֿון ווען זיי זענען ארײַן ביז צום טויט פֿון יהושע בן נון, וואָס איז געווען דער מנהיג פֿון דעם ייִדישן פֿאָלק נאָך דער פטירה פֿון משה רבנו.
אינהאלט פון ספר
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער ספר פארציילט די געשיכטע פונעם יידישן פאלק פון דער פטירה פון מות משה רבנו ביז יהושע'ס פטירה. מ'קען טיילן דעם ספר אויף פיר חלקים:
- פרקים א'-ה': דאס יידישע פאלק איז אריין אין ארץ ישראל און גרייט זיך איינצונעמען דאס לאנד.
- פרקים ו'-י"ב: דער נצחון פון די יידן איבער די כנענים.
- פרקים י"ג-כ"א: ארץ ישראל ווערט צעטיילט צווישן די שבטים.
- פרקים כ"ב-כ"ד: דער סוף פון יהושע'ס לעבן.
אינעם ספר זענען דא 655 פסוקים. לויטן גוישן טייטש פון תנ"ך ווערט דאס צעטיילט אויף 24 קאפיטלעך.
וועגן דעם ספר
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]חז"ל זאגן אז יהושע האט געשריבן דעם ספר אליין.
די שומרוינער (כותים) גלויבן בלויז אין דער תורה און אין ספר יהושע.
| ספרים אין תנ"ך |
|
תורה: בראשית | שמות | ויקרא | במדבר | דברים נביאים: יהושע | שופטים | שמואל (א' וב') | מלכים (א' וב') | ישעיה | ירמיה | יחזקאל | תרי עשר: הושע | יואל | עמוס | עובדיה | יונה | מיכה | נחום | חבקוק | צפניה | חגי | זכריה | מלאכי כתובים: תהילים | משלי | איוב | שיר השירים | רות | איכה | קהלת | אסתר | דניאל | עזרא - נחמיה | דברי הימים (א' וב') |