לדלג לתוכן

גוי

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון גוים)

אַ גוי (שטאמט פון לשון קודש וואס מיינט "פאלק") איז איינער וואָס איז נישט אַ ייד. האפטמאל נוצט מען דער וואָרט גוי כדי צו אָפשיידן די ווערטע פונעם גוי לעומת דער איד.

זעה אויך שייגעץ

אידן בענטשן יעדן טאג די ברכה שלא עשני גוי צו געבן א לויב אז זיי זענען מחויב אין מצוות.

היסטאריש, צוליב די פילע גלות יארן, האבן אידן זיך אנגעליטן פיל צרות פון די נישט-אידישע באפעלקערונג צווישן וועלכע זיי האבן געוואוינט. דאס האט צוגעפירט אז דער אידישן פסיכיק האט אפטמאל נישט געהאט פיל צוטרוי צו א גוי, און אפילו טיילמאל געברענגט העסליכע געפילן פון אידן אויף גוים צוריק.

היחס לגוי לפי אליהו הנביא

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זיי מיסטאָמע ווילן צו האַלטן די ווערטער פון אליהו הנביא אין זיין בוך תנא דבי אליהו (פרק ט); ודבורה אשה נביאה אשת לפידות היא שופטה את ישראל בעת ההיא (שופטים ד-ד).

וכי מה טיבה של דבורה שהיא שופטת את ישראל בעת ההיא ומתנבאה עליהם? והלא פנחס בן אלעזר הכהן הגדול היה בימים ההם.

"מעיד אני עלי את השמים ואת הארץ, בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד ובין שפחה, הכל לפי מעשה שהוא עושה - כך רוח הקודש שורה עליו וכו'. הקב"ה בוחן לבות וכליות, אמר הקב"ה לדבורה: אתם כוונתם לשם שמים ועשיתם פתילות עבות כדי שיהא אורן מרובה, גם אני ארבה אתכם בישראל וביהודה ובשנים עשר שבטי ישראל. כך אמרו, על דבורה אשת ברק ועל כיוצא בה הוא אומר: חכמת נשים בנתה ביתה וגו' (משלי יד-א).

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – חסידי אומות העולם

לויט די תורה קען א גוי אויך פארדינען זיין חלק אין עולם הבא אויב ער איז א בן נח דורך איינהאלטן די זיבן מצוות בני נח. די זיבן מצוות זענען:

  1. נישט דינען עבודה זרה
  2. נישט שעלטן ג-ט, אדער נעמען ג-ט'ס נאמען אויף א פאלשע שבועה
  3. נישט עובר זיין אויף עריות
  4. נישט גנב'נען
  5. נישט הרג'ענען
  6. נישט עסן קיין אבר מן החי
  7. שטעלן געריכטן אויף צו איינפירן צדק און משפט צווישן דאס מענטשהייט

עס ווערט אנגענומען אז היינט זענען די גוים מערסטנס אפגעהיטן אין די זיבן מצוות און אין אלגעמיין פירן זיי זיך מאראליש, וואס דערפאר הייסן זיי לויטן רמב"ם "חכמי אומות העולם" (זעט מער בני נח).

געהאלפן אין דעם שואה

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עס זענען געווען טויזנטער גוים אין די יארן פון דער צווייטע וועלט קריג וואס האבן באהאלטן אידן און זיי געראטעוועט פון טויט איינשטעלנדיג דערביי זייער אייגן לעבן. דער ישראל'ישער ארגאניזציע "יד ושם (ארכיווירט 04.02.2016 ביי דער Wayback Machine)" האט אן עקסטערן אפטיילונג פאר די "חסידי אומות העולם" צו געבן אן אפדענק און אנערקענונג פאר די מענטשן.