לדלג לתוכן

רבינו תם

פֿון װיקיפּעדיע
רבינו תם
Jacob ben Meir
געבורט 1100
פראנקרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 9 יוני 1171 (אלט 71 בערך)
פראנקרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פראנקרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב, דיכטער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הרב יעקב בן מאיר (ד'תת"ס - ד'תתקל"א), באקאנט אלס רבנו תם און אויך אין ראשי תיבות ר"ת, איז געווען אן אייניקל פון רש"י און פון די גרעסטע בעלי תוספות. זיין נאמען "תם" ווערט פארבונדן מיט דעם פסוק: "ויעקב איש תם יושב אהלים" (בראשית כ"ה, כ"ז).

אזוי ווי זיין זיידע, רש"י, האט רבנו תם געוואוינט אין פראנקרייך. ער איז געווען איינער פון די הויפט בעלי התוספות און האט געהאט א גרויסן איינפלוס אויף דער אנטוויקלונג פון דער תלמודישער ליטעראטור אין אשכנז.

צווישן זיינע באקאנטע חיבורים ווערט דערמאנט ספר הישר, וועלכער אנטהאלט זיינע חידושי תורה און תשובות. ער האט אויך פארפאסט פיוטים און פאעזיעס, צווישן זיי א פאעזיע וואס פארנעמט זיך מיט די טראפ.