על הנסים

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

על הנסים איז א דאנק תפילה וואס חז"ל האבן געהייסן זאגן סיי ביים דאווענען סיי ביים בענטשן אום די צוויי דרבנן-דיקע ימים טובים: חנוכה און פורים.

אזוי ווי חנוכה און פורים זענען נישט מדאורייתא, קומט נישט פאר קיין ספעציעלע עבודה אין דעם בית המקדש, נאר א תפילה וואס מען זאגט אין דער ברכה "מודים אנחנו לך..." אין שמונה עשרה, און אויך אין דער ברכה "נודה לך ה' אלקינו..." אין בענטשן.

דער נוסח וואס מען זאגט:

על הנסים ועל הפורקן ועל הגבורות ועל התשועות ועל הנפלאות ועל הנחמות ועל המלחמות שעשית לאבותינו בימים ההם בזמן הזה:

בחנוכה:

בימי מתתיהו בן יוחנן כהן גדול, חשמונאי ובניו, כשעמדה מלכות יוון הרשעה על עמך ישראל, לשכחם תורתך ולהעבירם מחוקי רצונך, ואתה ברחמיך הרבים עמדת בעת צרתם, רבת את ריבם, דנת את דינם, נקמת את נקמתם, מסרת גיבורים ביד חלשים, ורבים ביד מעטים, ורשעים ביד צדיקים, וטמאים ביד טהורים, וזדים ביד עוסקי תורתך. לך עשית שם גדול וקדוש בעולמך, ולעמך ישראל עשית תשועה גדולה ופורקן כהיום הזה ואחר כן באו בניך לדברי ביתך ופנו את היכלך וטהרו את מקדשך והדליקו נרות בחצרות קדשך וקבעו שמונה ימי חנוכה אלו להודות ולהלל לשמך הגדול.

בפורים:

בימי מרדכי ואסתר בשושן הבירה, כשעמד עליהם המן הרשע, בקש להשמיד להרוג ולאבד את כל היהודים מנער ועד זקן טף ונשים ביום אחד, בשלושה עשר לחודש שנים עשר הוא חודש אדר ושללם לבוז. ואתה ברחמיך הרבים הפרת את עצתו וקלקלת את מחשבתו והשבות לו גמולו בראשו, ותלו אותו ואת בניו על העץ.

טאמער מען האט פארגעסן צו זאגן "על הנסים" און מען האלט שוין ביי דער נעקסטער ברכה איז פארפאלן—מען דארף נישט איבערחזרן. נאר ביי בענטשן איז דא א געלעגנהייט ווען מען זאגט די "הרחמן"ס נאך "במרום …" קען מען משלים זיין מיט:

הרחמן הוא יעשה לנו נסים ונפלאות כמו שעשית לאבותינו בימים ההם בזמן הזה:
בימי …