מנורה

פֿון װיקיפּעדיע
די מנורה סטאטוע פֿאר דעם כנסת אין ירושלים.

די מנורה איז א יידישע סימבאָל. עס איז דער נאמען פֿון דעם גאלדענעם לייכטער מיט 7 רערן וואס מען האט געצינדן יעדן טאג אויל-ליכט אין בית המקדש.

די מנורה אין חומש[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער חומש אין ספר שמות ברענגט אז מען האט געמאכט די מנורה פארן משכן פון א ככר געוויכט פון ריינעם גאלד. די מנורה האט געהאט א מיטלן ראר מיט דריי צווייגן אין יעדער זייט. יעדער ראר איז געווען געשאפן מיט א קנעפל, א בלימל און פיר בעכערס.

חנוכה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אידן צינדן חנוכה א חנוכה מנורה א זכר צום נס חנוכה וואס האט פאסירט אין די צייטן פֿון די חשמונאים.