ירושלים

פֿון װיקיפּעדיע
ירושלים
www.jerusalem.muni.il
ירושלים
מדינה / טעריטאָריע ישראל
קאָאָרדינאַטן 31°47′0″N 35°13′0″E / 31.78333°N 35.21667°E / 31.78333; 35.21667
ראַיאָן ירושלים
דיסטריקט ירושלים
בירגערמייסטער משה ליאן
שטח 125.156 קוואדראט ק"מ
הייך 630 מעטער

 ‑ אין שטאָט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

933,113‏ ‏[1] (שטייענדיג 2012)
6,234 באוואוינער א ק"מ2
צײַט זאָנע UTC+2
א בליק אויף ירושלים פון הר הזיתים.
כנסת
בית המשפט העליון
אויסערן מיניסטעריום
ישראל פּאליציי הויפטקווארטיר
באנק פון ישראל


ירושלים (העברעיִש: יְרוּשָׁלַיִם, אַראַביש: القدس אַל־קודס) איז די אָפֿיציעלע הױפּטשטאָט פֿון מדינת ישׂראל, דער צענטער פֿון דעם ייִדישן פֿאָלק, נאָך פֿון גאר אַמאָליקע צײַטן. די שטאָט איז פֿאַרהײליקט, אױף די דרײַ מאָנאָטעיִסטישע, גלױבנס: דאס ייִדישע, דאס איסלאַמישע, און דאס קריסטלעכע גלױבן. דאָס צענטראַלישקײט פֿון דער שטאָט, פֿאַר אַלע גלױבנס, האָט געברענגט אַ סך קריגערײַען און װעלט־מלחמות צװישן זײ, ביז הײַנטיקן טאָג. זייט דעם 19טן יארהונדערט האבן זיך אנטוויקלט ארום דער אלטשטאט אסאך נייע געגנטן, וואס זענען היינטצוטאג דער גרעסטער טייל פון דער שטאט.

די שטאָט פֿון ירושלים געפֿונט זיך אויף די "יהודה-בערג" צווישן דעם מיטלענדישן ים (הים התיכון) און דעם ים המלח אין אַ הויך פֿון אַ 650-840 מעטער איבערן מיטלענדישן ים. די שטאָט געפֿונט זיך אין די עקזײַט פֿון "מדבר-יהודה".

די צאָל פֿון די רעגנס איז 600 מילימעטר אין אַ ווינטער-צײַט. דער זומער איז הייס און טרוקן. דער ווינטער איז קאַלט און אַ רעגנדיקער. אָפֿטמאָל שנייט אויף אַ פּאָר טעג אין ווינטער. די צאָל פֿון דער פֿײַכטקייט איז ארום 60% .

ריכטיק אויף סוך 2011, איז דאָ אין ירושלים 804,355 בירגער.‏[1] די בירגערשאַפֿט מערט זיך, אין אַ צאָל פֿון 1.7 פּראָצענט אַ יאָר. די בירגער פון ירושלים זײַנען צומישט:

דער בירגערמײַסטער איז היינט משה ליאן. די שטאטראט האט 31 מיטגלידער.

אין דער היסטאריע

פארצייטישע ירושלים

דער אנהייב פון ירושלים איז געווען אויפן בערגל דרום פון הר הבית וואס מ'רופט היינט עיר דוד. בערך אין יאר ב'ת איז דער יישוב געווארן א שטאט. אין יאר ב'ת"ר - אפשר אפילו פריער - איז ירושלים שוין געווען אן אנגעזעענע באפעסטיגטע כנעענישע שטאט. בערך אין יאר ב'ת"ש האט אדוני צדק, דער מלך פון ירושלים, געפירט די מלכים פון דרום ארץ ישראל אין זייער קריג קעגן יהושע בן נון, וואס האט געזיגט איבער זיי אין עמק איילון. ווען די יבוסים זענען געקומען קיין ירושלים האבן זיי א נאמען געגעבן די שטאט „יבוס"; דער איז געבליבן 200 יאר ביז דוד המלך האט איינגענומען די שטאט. דער פסוק אין שמואל ב, פרק ה, 6-10 (און אויך אין דברי הימים א, יא) פארציילט וויאזוי דוד האט איינגענומען די שטאט. ירושלים איז צום ערשטן באשטימט געווארן אלץ הויפטשטאט אין יאר ב'תתק"ן דורך דוד המלך נאכדעם וואס ער האט געמאכט א בונד מיט די עשרת השבטים אין חברון.

תקופה פון בית ראשון

דוד המלך'ס זון שלמה האט געבויט אין ירושלים דעם בית המקדש. אזוי ווי דער בית המקדש איז חרוב געווארן און מ'האט איבערגעאקערט די שטאט מערער מאל, איז שווער פאר די ארכעאלאגן צו טרעפן קלארע זאכן פון יענער תקופה. דער ערשטער ארט פון ירושלים, וואס מען רופט היינט עיר דוד, געפינט זיך לעבן דעם אראבישן דערפל סילוואן (דאס איז אראביש פארן שילוח).

ביז די יארן פון דער מלך חזקיהו (אין יאר ג'ר) האט זיך ירושלים פארגרעסערט אויף דעם מערב בערגל (היינט געפינט זיך דארטן דאס יידישע פערטל און דאס ארמענישע פערטל. אין יענע יארן האט די מיליטער פון אשור באלעגערט די שטאט, אבער זיי האבן נישט געקענט זי אייננעמען. איין טעם איז געווען דער שילוח טונעל דורך וואס וואסער האט אריינגעשטראמט אין דער שטאט פון דעם גיחון קוואל וואס איז דרויסן פון די מויערן פון ירושלים. צום זענען מלאכי חבלה געקןמען און אויסגעהרגעט גאר די מיליטער פון אשור.

אין יאר ג'שכ"ז האט די מלוכה פון בבל געהערשט איבער מלכות יהודה; דער מלך יהויכין און אלע חשובע יידן אין ירושלים זענען פארטריבן געווארן אין גלות. נבוכדנצר האט ארויפגעשטעלט צדקיהו אויף דעם טראן, אבער נאך 11 יאר האט ער מורד געווען און נבוכדנצר האט חרב געמאכט דעם בית המקדש אין יאר ג'של"ח. ווערנט די יארן האבן די ארכעאלאגן אנטפלעקט עטלעכע פייל-שפיצן פון די בבליים.

תקופה פון בית שני

מיטל אלטער

ירושלים איז אריבער אונטער דער הערשאפט פון די אומאיאדן ביז 750. דערנאך איז די הערשאפט אריבער צום אבאסישן כאליפאט ביז 969, ווען ירושלים איז אריבער צו דער פאטימישער דינאסטיע. דער מיטל מזרח, כולל ארץ ישראל, איז דעמאלסט אריין אין א נישט סטאבילער תקופה בי די סעלזשוקן האבן איינגענומען ירושלים אין 1071 אויף א קורצער תקופה.

מאדערנע תקופה

ישראל מוזיי
הר הרצל - נאציאנאלער בית הקברות פון ישראל

אין 1860 האט מען אנגעהויבן בויען נייע געגנטן אינדרויסן פון די מויערן פון ירושלים. דער ערשטער געגנט איז געווען משכנות שאננים, די קאלאניע וואס משה מאנטיפיארי האט אויפגעשטעלט. מען האט באזעצט דעם געגנט אין 1866. א פאר יאר שפעטער אין 1868 האט הרב דוד בן שמעון פון מאראקא געבויט "מחנה ישראל", א געגנט פון קליינע הייזער מיט א שול "צוף דבש". אין 1869 האט ר' יוסף ריוולין אויפגעשטעלט נחלת שבעה. נאכהער האט דער עושר ר' דוד ריס מנדב געווען געלט צוצובויען צען הייזער מיטן נאמען "בית דוד" לעבן נחלת שבעה.

מרחשון תרל"ד (1873) האט ר' יוסף ריוולין געמאכט אן אסיפה דריי טעג אדורכצושמועסן אויפשטעלן נאך א געגנט ארויס פון די מויערן. רב מאיר אויערבאך אב"ד קאליש, און ראב"ד פונעם אשכנזישן בית דין אין ירושלים האט געגעבן א גרויסער סומע געלט פאר דעם צוועק, און האט אויך געקויפט פינף הייזער פאר זיינע יורשים, בתנאי אז טאמער איינער פארלאזט ארץ ישראל פארלירט ער זיין חלק אין דער ירושה.

אין אנהייב פון די 1970ער יארן האט מען אויפגעשטעלט די ישראל פאליציי הויפטקווארטיר אין קריית הממשלה אין מזרח טייל פון דער שטאט. אין אנהייב פון די 1980ער יארן האט מען אויפגעשטעלט דעם בנין פון דער באנק פון ישראל און אין די 1990ער יארן האט מען אויפגעשטעלט לעבן דער באנק דעם הויכגעריכט אין דער קריית הממשלה אין מערב טייל פון דער שטאט..

וועלט אנערקענונג

כאטש וואס אין מדינת ישראל איז ירושלים אנערקענט אלס די הויפטשטאט איז אבער ירושלים נישט אנערקענט אלס הויפטשטאט פון מדינת ישראל פון קיין שום אנדערע לאנד אין דער וועלט.

געאגראפיע

ירושלים געפינט זיך אויפן דרום עק פון א פלאטא אין די הרי יהודה, וואס נעמען איין הר הזיתים (צו מזרח) און הר הצופים (צו צפון־מזרח). די אלטשטאט איז הויך אומגעפער 760 מעטער. גאנץ ירושלים איז ארומגענומען מיט טאלן און טייכבעטן (וואדיס). די קדרון און גיא בן הנם טאלן קומען צוזאמען א ביסל דרום פון דער אלטשטאט ירושלים. אין דער צייטן פון דעם תנ"ך איז ירושלים געווען ארומגענומען מיט וועלדער פון מאנדלביימער, איילבירט ביימער און סאסנעס.


טראנספארט

געביידע פון דער צענטראלע אויטאבוס סטאנציע
ירושלים צענטראלע אויטאבוס סטאַנציע
דער טראמוויי אויפן סטרונעס בריק

די עפנטלעכע טראנספארט אין ירושלים איז געגרינדעט בעיקר אויף צענדליקע שטעטלעכע אויטאבוס רוטעס, עטלעכע 45% פון די איינוואוינער אין ירושלים ניצן די שטעטלעכע אויטאבוסן צו פארן אין דער ארבעט און ארויס פון דער שטאט.

אויטאבוסן

פון די 1930ער יארן זענען די יידישע אויטאבוסן אין ירושלים געווען געפירט דורך דער "המקשר" געזעלשאפט, ביז דער זעקסטאגיקער מלחמה. היינט פירט אגד די אויטאבוס דינסט אין ירושלים. פון דער ירושלים צענטראלע אויטאבוס סטאנציע קען מען אנקומען צו רוב פלעצער אין לאנד. אגד און דן, און נאך פארשידענע געזעלשאפטן, פירן טויזנטער פאסאזשירן, פון און צו ירושלים.

אויטאבוס סטאנציע אין סולטאן סוליימאן גאס אין מזרח ירושלים

אין מזרח ירושלים געפונט זיך א צענטראלע אויטאבוס סטאנציע, וואו אראבישע אויטאבוסן און טענדערן, פירן כמעט איבערן גאנצן מערב ברעג.

דעם 29סטן יוני 2010 גייט מען מאכן אסאך ענדערונגען אין די אויטאבוס רוטעס אין ירושלים.‏[2]

באנען

און ירושלים געפונט זיך די מלחה באן סטאנציע, און די תנכישע זאא באן סטאנציע. די באן רייזע קיין תל אביב געדויערט אומגעפער א שעה און פופציג מינוט, וועגן דעם איז די באן נישט אנגענעם פאר פאסאזשירן.

ישראל באנען בויט דעריבער א נייע באן סטאנציע, קעגן איבער דער אויטאבוס סטאנציע אויף יפו גאס, וואס וועט פארקורצן דעם וועג פון ירושלים קיין תל אביב, צו א האלבע שעה.

זייט 19טן אויגוסט 2011 פארט דער טראמוויי אויף דער רויטער ליניע.

שאסייען

איינע פון די אלטע הויפטגאסן אין ירושלים איז די יפו גאס. היינט זענען די הויפטגאסן שאסיי 60, וואס אין ירושלים ווערט גערופן "שאסיי 1", און דער בעגין שאסיי.

שאסיי נומער 60 פארט אויף צפון קיין ראמאללא, שכם. און אויף דרום, דורך תלפיות געגנט, ביזן דורכגאנג צו בית לחם. שאסיי נומער 60 ווערט גערופן דארט דער "טונעלן שאסיי" וואס טראגט קיין חברון, און באר שבע.

דער שאסיי פון ירושלים תל אביב, פירט אריין אין גבעת שאול און רוממה געגנט, שאסיי 1, ירושלים האט ארויסגעבויט א שאסיי וואס פירט צום צפון טייל ביז פראנצויזישן בערגל, וואס פון דארט קען מען פארן גלייך קיין מעלה אדומים, אזוי אז מען מוז נישט אריבער פארן די שטאט.

אין די 1990ער יארן האט מען אויפגעבויט אין ירושלים דעם בעגין שאסיי, וואס לינדערט די שווערע פארקער אויף לאקאלע גאסן, עס פאנגט זיך אן אין מלחה געגנט, פארט אריבער די געגנטער אויף דער מערב זייט פון שטאט, וואו זי קומט אן קיין עטרות קאמערציאלע געגנט, און דארט ווערט דער שאסיי פארבינדן צו שאסיי 443, דער מודיעין שאסיי.

גאלדא מאיר שאסיי, איז א טייל פון שמואל הנביא גאס, קומט אן קיין רמות, און קיין גבעת זאב.

אין 2022 האט מען געעפֿנט שאסיי 16, פונעם מוצא איבערבייט מיט שאסיי 1 ביזן גבעת מרדכי איבערבייט אויף בעגין שאסיי.

חינוך

אין ירושלים פועלן אסאך חדרים, ישיבות און מיידלעך סעמינארן. צווישן די ישיבה־גדולה'ס זענען: די מירער ישיבה (די גרעסטע ישיבה אין דער וועלט), חברון ישיבה, קול תורה, שפת אמת, מרכז הרב און בריסק.

בילדונג

געביידע פונעם מאנדל אינסטיטוט פאר יידישקייט וויסנשאפטן המכון למדעי היהדות אין דעם העברעאישן אוניווערסיטעט אין ירושלים אויף הר הצופים

שולעס

ירושלים האט שטאטישע שולעס וואס ווערן געפירט לויט דעם בילדונג מיניסטעריום אין מדינת ישראל, ווי אויךחרדישע חדרים און מיידל שולעס, און אויך אראבישע שולעס.

יידישע שולעס

אין ירושלים ריכטיק פאר 2010, 61% פון די תלמידים אין כיתה א' זענען חרדים. די געביידעס פון סעקולערע שולעס און קידערגארטנס וואס זענען מער נישט געניצט זענען ווידערגעבויט און געניצט היינט פאר חרדישע מוסדות.

אראבישע שולעס

די אראבישע בילדונג אין ירושלים גייט אן אין מזרח פון דער שטאט און שליסט איין סיי שטאטישע שולעס סיי פריוואטע.

אקאדעמישע אנשטאלטן

אין ירושלים געפינען זיך אינסטיטוציעס פאר העכערער בילדונג, צווישן זיי די בצלאל אקאדעמיע פאר מאדעלירונג און קונסט, ירושלים הויכשולע פאר טעכנאלאגיע, די אקאדעמיע פאר מוזיק און טאנץ.

אויך אין ירושלים איז דער העברעאישער אוניווערסיטעט אין ירושלים, וואס ווערט גערעכנט צווישן די 100 פירנדיקע אוניווערסיטעטן אין דער וועלט אין פארשונג, צוזאמען מיט דער אקאדעמיע פאר דער העברעישער שפראך. דער אוניווערסיטעט האט דריי קאמפוסן אין דער שטאט: הר הצופים, עדמונד י' ספרא גבעת רם און עין כרם.

ירושלים דינט אויך אלס פלאץ פון אסאך פארשונג אנשטאלטן ווי די ישראלישע אקאדעמיע פון וויסנשאפטן, אקאדעמיע פאר דער העברעישער שפראך, ישראלישער אינסטיטוט פאר דעמאקראטיע, וואן ליר אינסטיטוט און שלום הארטמאן אינסטיטוט.

טוריזם

אין 2009 האט מען איינגעשריבן אין די האטעלן אין ישראל 8.1 מיליאן איבערנעכטיקן פון טוריסטן, צווישן זיי 2.6 מיליאן אין ירושלים, קעגן 1.9 מיליאן אין תל אביב. אויך די צאל נאכטלעגערס פון ישראלישער אין יענעם יאר איז געווען העכער אין ירושלים ווי אין תל אביב - 639 טויזנט קעגן 435 טויזנט.‏[3] די צאל האטעל צימערן אין ירושלים איז מער ווי 10,000 צימערן, און דער פלאן פון דער שטאטראט איז צו העכערן די צאל צימערן נאך 8,000 ביז 2020.

אין 2010 איז ירושלים גראדירט געווארן ערשטער פלאץ אין דער ליסטע פון "בעסטע שטעט פאר שפאצירן און פארוויילן" פונעם מאגאזין "Travel + Leisure", אין דער קאטעגאריע "אפריקע און מיטל מזרח".‏[4] יענעם יאר איז ירושלים געווארן גראדירט דורכן TripAdvisor וועבזייטל אין זיבעטן ארט אין דער ליסטע פון בעסטע שטעט אין דער וועלט אין דער "קולטור און באזוכן טוריסטישע ערטער" קאטעגאריע.‏[5] אזוי אויך איז די שטאט אויסגעקליבן געווארן צו זיין די הויפטשטאט פון אראבישער קולטור פאר 2009.

קולטור

מוזייען און נאציאנאלע אנשטאלטן

אין ירושלים געפינען זיך די מערהייט פון די צענטראלע קולטורעלע אנשטאלטן אין ישראל, למשל דער ישראל מוזיי, איינער פון די פירנדע מוזייען פאר קונסט אין דער וועלט, וואס נעמט איין דעם היכל הספר וואו ס'איז געשפייכלערט דעם עלצטן תנ"ך אין דער וועלט.

וועטער

אין זומער איז ווארעם און טרוקן, אין ווינטער איז קאלט און עס רעגנט; אמאל שנייט אויך,בפרט אין די הויכע געגנטן.

צווילינג שטעט

גאַלעריע

וועבלינק

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: ירושלים

רעפערענצן



קאארדינאטן: 31°47′0″N 35°13′0″E / 31.78333°N 35.21667°E / 31.78333; 35.21667