נאציאנאלע מנורה
די נאציאנאלע מנורה פון די פאראייניגטע שטאטן איז א גרויסע חנוכה מנורה וואס ווערט אויפגעשטעלט יעדעס יאר, לכבוד חנוכה, הארט נעבן דעם ווייסן הויז, אין וואשינגטאן די סי.
זי ווערט אויפגעשטעלט און געצינדן יעדעס יאר זינט 1979, דער דעמאלטיגער פרעזידענט זשימי קאַרטער האט דאן געצינדן די מנורה.
די מנורה איז דרייסיג פיס הויך. עס ווערט אויפגעשטעלט יעדעס יאר דורך דער יעצטיגער חב"ד שליח אין וואשינגטאן די סי, לוי שם טוב. די מנורה צינדן צערעמאניע ווערט ברייט אויפגעשפילט אויף פילע טעלעוויזיע סטאנציעס איבער אמעריקע, און די צערעמאניע געניסט פון גרויס פאפולעריטעט.
אזוי אויך באטייליגן זיך יעדעס יאר ביים צינדן פילע גרויסע פאליטיקאנטן און רעגירונג באאמטער.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין 1974 האט דער ליובאוויטשער רבי הרב מנחם מענדל שניאורסאהן געבעטן פון זיינע חסידים און אנהענגער, מען זאל אנהייבן אויפשטעלן און אנצינדן מנורות אין דער עפנטליכקייט אלס פרסומי ניסא.
אין 1979 האט דער חב"ד'סקער שליח רבי אברהם שם טוב אנגעהויבן צו שתדל'ן מען זאל אויפשטעלן א גרויסע מנורה נעבן דאס ווייסע הויז, דער דעמאלטיגער אינערן סעקרעטאר האט אריגינעל אפגעווארפן דעם געדאנק, און זיך אנטזאגט פון געבן ערלויבעניש, זאגנדיג אז דאס איז א פארלעצונג פונעם ערשטן אמענדמענט. עווענטועל האבן זיך אבער דער זאך אויסגעגליכן געווארן, און שם טוב האט ערהאלטן אן ערלויבעניש אויפצושטעלן א מנורה.
דער נאמען "נאציאנאלע מנורה" שטאמט פון פרעזידענט ראנאלד רייגען, וועלכער האט אזוי באטיטלט די מנורה בשעת א דרשה, און עס איז שוין אזוי געבליבן מיט דעם צונאמען.
פראמינענטע צינדער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]זינט דעם ערשטן יאָר וואס די מנורה שטייט, ווערט די ליכט-צינדן צערעמאניע באטייליגט מיט כאטש איין מיטגליד פון דער פרעזידענט'ס אַדמיניסטראַציע און טרעט אויף מיט א באגריסונג אין נאמען פון דער פרעזידענט.
צווישן די פראמינענטע מנורה צינדער זענען געווען:
- 1979: זשימי קאַרטער, פרעזידענט פון די פארייניגטע שטאטן.
- 1994: דזשאָו ליבערמאַן [1]
- 1996: סטוארט אייזענשטאט און דזשאָו ליבערמאַן[2]
- 1997 סטוארט אייזענשטאט
- 1998: דזשעק לו
- 2000: סטוארט אייזענשטאט
- 2006: סוזען שוואב
- 2007: מייקל מוקעיסי
- 2008: דזשאן באלטאן, ווייסע הויז טשיעף אוו סטעף
- 2009: ראם עמנואל, ווייסע הויז טשיעף אוו סטעף
- 2012: דזשעפרי זיענטס, אַקטינג דירעקטאָר פון ווייסע הויז אָפיס פאַר מאַנאַדזשמענט און בודזשעט
- 2013: מיכאל פראמאן, יו. עס. האַנדל רעפּרעסענטאַטיווע
- 2014: דזשאָו ביידן, יו. עס. וויצע פרעזידענט