פאנטשקע

פֿון װיקיפּעדיע
דאנאט אנגעפילט מיט לעקוואר
א בעקעריי אין תל אביב פארקויפט פאנטשקעס

א פּאָנטשקע אדער פאַנקע (אין ירושלים רופט מען עס לאטקעס) (ענגליש: doughnut, העברעאיש: סופגנייה) איז א טייגל געפרעגלט אין בוימל וואס מען פילט אן מיט א זיסן איינגעמאכטס ווי: ווענילע קאסטערד אדער לעקוואר.

מען קען ארויפשמירן דערויף א ביסעלע שאקאלאד אדער שפריצן ארויף אביסעלע פולווער-צוקער.

מנהג צו עסן חנוכה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עס איז א טראדיציאנאלער מאכל וואס מ'עסט ביי אשכנזישער יודן אום חנוכה, מיט לאטקעס און אנדערע עסנווארג וואס זענען געפרעגלט אין אויל אלס זכר צו דעם וואס דער נס חנוכה איז געשען מיט שמן.

דער מנהג ווערט שוין דערמאנט אין פריערדיגע פוסקים. פון די ערשטע מקורות איז רבי מיימון הדיין דער טאטע פונעם רמב"ם וועלכער שרייבט אז עס איז שוין א פריערדיגער מנהג און מ'זאל נישט משנה זיין.[פֿעלט אַ מקור]

אמעריקאנישער דאנאט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער הויפט אונטערשיד צווישן א טראדיציאנאלער פאנטשקע און א אמעריקאנישער דאנאט איז בעיקר אז אינעם לעצטן מאכט מען א לאך אינדערמיט.

וועב לינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: פאנטשקעס