תל אביב-יפו
|
תל אביב איז די צווייטע גרעסטע שטאט אין מדינת ישראל און די גרעסטע שטאט אין גוש דן. איר בירגערמייסטער איז רון חולדאי. זי באדעקט א שטח פון 50,553 דונאַם.
מיט דערצייט האט זי באקומען א סלענג נאמען "עיר ללא הפסקה", וויבאלד די שטאט איז טאג און נאכט נאכאנאנדיק טעטיק.
איר באפעלקערונג אין סוף 2011 איז א געשאצטע 404,750 איינוווינער, און זי איז די גרעסטע פינאנציעלע, און קולטורע שטאט אין ישראל. אין תל אביב געפינען זיך די בערזע, די אמבאסאדעס און אינטערנאציאנאלע פארשטייערשאפטן, און די גרויסע ישראל צייטונגען.
געגרינדעט אין יאר 1909, און מיט צוואנציג יאר שפעטער, איז די באפעלקערונג געשטאנען ביי הונדערט פופציג טויזנט, איז תל אביב געווען פון די שנעל וואקסענדע שטעט אין דער וועלט. ביי דער אומאפהענגיקייט־מלחמה האט תל אביב געדינט אלס די הויפטשטאט פון ישראל, ביז ווען די רעגירונג איז אריבער קיין ירושלים.
טראנספארטאציע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]זייענדיק דער פינאנציעלער צענטער אין ישראל, מיט א גרויסער באפעלקערונג אין דעם מעטראפאליטען שטח, איז דא א גאנץ מאדערנע שאסיי סיסטעם, מיט עטליכע שאסייען וואס פארבינדן תל אביב צו די שטעט אין דעם אומגעגנט.:
- כביש החוף, וואס קומט פון צפון, חיפה, נתניה.
- נתיבי איילון, פון דרום, ראשון לציון, בת ים, חולון, וואס פארט דורך ביי דער זייט פון שטאט, און פארט ביז הרצליה.
- שאסיי 1, פון מזרח-דרום פון בן גוריון פליפעלד, און ירושלים.
- שאסיי נומער 5, פון מזרח-צפון, פתח תקוה, אריאל.
און נאך מערערע געגנטליכע שאסייען, ווי זשאבאטינסקי גאס, וואס פאנגט זיך אן אין פתח תקוה, פארט אריבער בני ברק, רמת גן, און פארט אריין אין שטאט.
פובליק טראנספארטאציע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין תל אביב זענען פאראן פיר באן סטאנציעס: תל אביב צענטראלע באן סטאנציע, איז די גרעסטע, פון וואנעט באנען פארן ארויס צו אלע שטעט אין לאנד וואס האט גערעלסן, תל אביב השלום באן סטאנציע, תל אביב אוניווערסיטעט באן סטאנציע, און תל אביב ההגנה באן סטאנציע.
אין תל אביב געפונט זיך די תל אביב נייע צענטראלע סטאנציע פאר אויטאבוסן, וואס דעקט כמעט דאס גאנצע לאנד. און איז די גרעסטע סטאנציע אין דער וועלט פאר אויטאבוסן.
יידישקייט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבנים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די ערשטע שטאטס־רבנים האט מען מכתיר געווען אין יאר תרפ"ג (1923).
צווישן די יארן תרנ"א - תרס"ב (1891–1902) האט געדינט אלס רב אין שטאט, הרב נפתלי הירץ הלוי. נאך אים האט געדינט צווישן די יארן תרס"ד - תרע"ד (1904–1914) הרב אברהם יצחק הכהן קוק. הרב בן-ציון מאיר חי עוזיאל איז געווען דער אפיציעלער רב מטעם די טערקן פון יאר תרע"א (1911); ער האט פארלאזט זיין אמט אין תרפ"א (1921).
אשכנזישע הויפט־רבנים:
- הרב שלמה הכהן אהרנסאן (תרפ"ג, 1923 - תרצ"ה, 1935)
- הרב משה אביגדור עמיאל (תרצ"ו, 1936 - תש"ו, 1946)
- הרב איסר יהודה אונטרמאן (תש"ו, 1946 - תשכ"ד, 1964)
- הרב שלמה גורן (תשל"א, 1971[2] - תשל"ג, 1972)
- הרב יצחק ידידיה פרענקל (תשל"ג, 1973 - תשמ"ו, 1986)
- הרב ישראל מאיר לאו (ערשטע קאדענציע: תשמ"ח, 1988 - תשנ"ג, 1993, צווייטע קאדענציע: תשס"ה, 2005 - תשע"ז, 2017)
ספרדישע הויפט־רבנים:
- הרב בן ציון עוזיאל (תרפ"ג, 1923 - תרצ"ט 1939)
- הרב יעקב משה טאלידאנא (תש"ב, 1942 - תשי"ח, 1958)
- הרב עובדיה יוסף (תשל"א, 1971[2] - תשל"ג, 1972)
- הרב חיים דוד הלוי (תשל"ג, 1973 - תשנ"ח, 1998)
- הרב שלמה עמאר (תשס"ב, 2002 - תשס"ג, 2003)
מוניציפאליטעט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]תל אביב האט א שטאטראט מיט 31 מיטגלידער. די בירגערמייסטערס פון תל אביב זענען:
- מאיר דיזנגאף (1922 - 1925)
- דוד צבי בלאך-בלומענפעלד (1926 - 1928)
- מאיר דיזנגאף (1928 - 1936)
- משה שלוש (1936)
- ישראל רוקח (1936 - 1952)
- חיים לבנון (1953 - 1959)
- מרדכי נאמיר (1959 - 1969)
- יהושע ראבינאוויטש ( 1969 - 1974)
- שלמה להט (1974 - 1993)
- רוני מילא (1993 - 1998)
- רון חולדאי (זייט 1998)
געגנטן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]תל אביב איז צעטיילט אין ניין דיסטריקטן. דער עלצטער דיסטריקט איז יפו, אן אלטע פארט שטאט, וואס ווערט דערמאנט אין תנ"ך (ספר יונה אין תרי עשר). אנדערע דיסטריקטן זענען רמת אביב, שכונת שפירא און נווה צדק. הקריה איז די הויפטקווארטיר פון צה"ל און א גרויסע מיליטערישע באזע.
קולטור
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מוזייען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ביאליק הויז
- דיזנגאף הויז
- בן-גוריון הויז
- בית התפוצות
- בית התנ"ך
- בית רוקח
- שלום עליכם הויז
- ארץ ישראל מוזיי
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ארכיטעקטור
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין די 1920ער און 1930ער יארן האבן זיך באזעצט אין תל־אביב דייטשע־יידישע ארכיטעקטן וואס זענען אנטלאפן פון די נאציס. ארום דעם שטאט צענטער געפינען זיך 5000 געביידעס אינספירירט דורך לע קארבוזיע.
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ באפעלקערונג פון ישראל לויט יישובים, 2011, צענטראלע ביורא פאר סטאטיסטיק
- ↑ a b מען האט אים געוועלט שוין דריי יאר פריער אבער פארדעם האט ער נישט אנגעהויבן אין אמט.
אום על פאכעם | אופקים | אור יהודה | אור עקיבא | אילת | אלעד | אריאל | אשדוד | אשקלון | באקא-דזשאט | באר שבע | בית שאן | בית שמש | ביתר עילית | בני ברק | בת ים | גבעת שמואל | גבעתיים | דימונה | דלית אל כרמל | הוד השרון | הרצליה | חדרה | חולון | חיפה | טבריה | טייבה | טירא | טירת כרמל | טמרה | יבנה | יהוד-מונוסון | יקנעם עילית | ירושלים | כפר יונה | כפר סבא | כפר קאסם | כרמיאל | לוד | מגדל העמק | מודיעין | מודיעין עילית | מעלה אדומים | מעלות-תרשיחא | נהריה | נוף הגליל | נס ציונה | נצרת | נשר | נתיבות | נתניה | סחנין | עיר הכרמל | עכו | עפולה | ערד | פתח תקוה | צפת | קאלאנסאווע | קרית אונו | קרית אתא | קרית ביאליק | קרית גת | קרית ים | קרית מוצקין | קרית מלאכי | קרית שמונה | ראש העין | ראשון לציון | רהט | רחובות | רמלה | רמת גן | רמת השרון | רעננה | שגור | שדרות | שפרעם | תל אביב-יפו |