בן גוריון פליפעלד

פֿון װיקיפּעדיע
בן־גוריון אינטערנאציאנאלע פליפעלד
דאטן
IATA קאד
‏‏TLV‏
ICAO קאד
‏‏LLBG‏
סארט פעלד כלל
אפעראטאר ישראל לופטפעלדער אויטאריטעט
נאָענטע שטאָט לוד
בסיס לחברות אל על, ארקיע, ישראייר, ק.א.ל.
קאארדינאטן 32°0′34″N 34°52′37″E / 32.00944°N 34.87694°E / 32.00944; 34.87694קאארדינאטן: 32°0′34″N 34°52′37″E / 32.00944°N 34.87694°E / 32.00944; 34.87694
הייך איבערן ים פלאך 41 מעטער (135 פיס)
בן־גוריון פליפעלד וועבזייטל
מאגנעטישע
ריכטונג
לענג סארט
סטארטפאס
פֿיס מעטער
03/21 9,120 2,780 אספאלט
08/26 13,326 4,062 אספאלט
12/30 10,210 3,112 אספאלט
מוסטער:מיקום מפורט בישראל
נוסעים 17,936,810
תנועות מטוסים 127,576
נוסעים (נוכחי) 17,936,810
נוסעים (עתידי) 19,000,000+
טערמינאלן 2 (1 און 3)
שערי עלייה למטוס 45
בינלאומי 137
פנימי 1
סה"כ 138
בן גוריון פליפעלד געשעפטן

בן־גוריון פליפעלד (העברעיִש: נמל תעופה בן-גוריון; אין קורצן: נתב"ג) איז דער אינטערנאציאנאלער פליפארט פון ישראל, און מערהייט מענטשן וואס קומען אריין אין לאנד, קומען דורך דעם פליפעלד.

דאס פליפעלד איז געווארן אויפגעשטעלט דורך דעם בריטישן מאנדאט; אין יאר 1935 האט זיך אנגעהויבן די ארבעט, און אין יאר 1937, האט מען פארענדיקט בויען די סטארטפאסן. די ענגלישע האבן גערופן דאס פליפעלד מיטן נאמען ווילהעלמע, אבער דער ברייט באקאנטער נאמען איז געווען לוד פליפעלד, אויפן נאמען פון דער שטאט וואס געפונט זיך נישט ווייט. אין 1973 ווען דוד בן גוריון איז געשטארבן, האט מען גערופן דעם פליפעלד אין זיין אנדענק.

דאס פליפעלד ווערט קאנטראלירט דורך דער פליפעלדער אגענטור, וואס איז א ישראלס רעגירונג געזעלשאפט. דאס פליפעלד איז איינע פון די מערסט פארנומענסטע אין די מיטל מזרח, וואס אין יאר 2008, זענען אריבער כמעט עלף א האלב מיליאן פאסאזשירן.

געאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דאס פליפעלד געפונט זיך אין עק פון גוש דן, ביים נידעריקן טייל שפלה. דאס פליפעלד איז 19 קילאמעטער דרום מזרח פון תל אביב, און 13 קילאמעטער ווייט פון די ברעגעס פון מיטלענדישער ים, און עטליכע קילאמעטער צו דרום געפונט זיך די שטאט לוד. עס זענען פאראן עטליכע שטעט, וואס געפונען זיך נאנט צום פליפעלד ווי אור יהודה, יהוד, און נאך.

אין יאר 2008, איז אויפגעברענגט געווארן דאס געדאנק, אז די פליפעלד זאל ווערן טייל פון לוד מוניציפאליטעט, דערווייל איז גארנישט געווארן דערפון.

טערמינאלן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

טערמינאל איינס, איז דער עלטסטער טערמינאל, געבויט דורך די בריטישע. איבער די יארן זענען צוגעבויט געווארן אסאך שטיקער צו דער געביידע, ביז די ארגינעלע געביידע איז געווארן נישט צום דערקענען.

טערמינאל צוויי, איז געווען א קליינער טערמינאל, געענדיקט בויען אין יאר 1969, און באניצט בעיקר צו רייזעס אינערהאלב ישראל, ביז אין יאר 2007. דערנאך איז די געביידע אראפגעווארפן געווארן, און א נייע געביידע פאר יו-פי-עס, איז אויפגעשטעלט געווארן אויפן אלטן פלאץ.

טערמינאל דריי, איז דער נייער טערמינאל, אריין אין באניץ אין יאר 2004. ער איז דעמאלט געווען איינער פון ישראלס גרעסטע אינפראסטרוקטור פראיעקטן אין די לעצטערע יארן. איר מאקסימאלע פאסאזשירן א יאר דורכגאנג, איז 16 מיליאן. דער טערמינאל פארמאגט מערערע געשעפטן און צוגעהערן, א באן סטאנציע פון ישראל באנען און צוויי בתי מדרשים.

טערמינאל פיר, איז א קליינער טערמינאל, אויפגעשטעלט אין יאר 1999, ער איז אבער קיינמאל נישט באניצט געווארן, אויסער אין 2002, ווען עס האט אויסגעבראכן די סארס ווירוס אין ווייטע אזיע, זענען מענטשן וואס זענען געקומען צו פליען פון דארט, אונטערזיכט געווארן אין טערמינאל פיר.

טראנספארטאציע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

שאסיי 1 פון ירושלים און תל אביב פארט אריבער דרום פון פליפעלד, און האט אן ארויסגאנג צום פליפעלד; ווי אויך שאסיי 40, פארט פון מזרח זייט פון פליפעלד, און האט א שאסיי אריינגאנג צום פליפעלד.

אגד אויטאבוס געזעלשאפט, האט אויטאבוסן וואס פארן אריין אינעם פליפעלד, אבער זיי זענען אינערליכע רוטעס, זיי פארבינדן צו אל על קרייצונג, און קרית שדה התעופה. אפיקים האט א צווישנשטעט רוטע פון ירושלים ביזן פליפעדל. אויך זענען פאראן טעקסיס צוגעשטעלט צו די שטעט, אין ספעציעלע רוטעס (מוניות שירות).

בן-גוריון פליפעלד באן סטאנציע האט זיך געעפנט אין יאר 2004, און געפונט זיך אויף דער מודיעין – תל אביב – חיפה רוטע. ווי אויך זענען דא באנען וואס פארן פון באר שבע, קיין צפון דורכן פליפעלדס באן סטאנציע, אדער פון צפון קיין באר שבע דורך דער באן סטאנציע, עטליכע מאל אין טאג.

היימארט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דאס פליפעלד איז די היים פאר אל על, ישראייר, ארקיע, און סאן דאר, פאסאזשירן לופטליניעס, און ק.א.ל. פראכט ליניע. ווי אויך געפונט זיך א מיליטערישע לופט פלאט פיליע אין פליפעלד.

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: בן גוריון פליפעלד