אזיע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
אזיע
מאפע פון אזיע
שטח 44,579,000 ק"מ2
באפעלקערונג 4,164,252,000
לענדער 48 (ליסטע)
שפראכן אזיאטישע שפראכן
צייט זאנעס UTC+2 ביז UTC+12
אזיע אין דער וועלט

אַזיע איז דער גרעסטער קאָנטינענט פון דער ערד פלאנעט, און געפינט זיך אים דעם צפונדיקן האלבקוגל. זי באדעקט 8.6% פון דער ערד'ס אויבערפלאך שטח (אדער 29.9% פון דעם יבשה שטח) און, מיט בערך 4 ביליאן מענטשן, האט זי 60% פון דער וועלט'ס היינטיקער מענטשלעכער באפעלקערונג.

די ימען ארום אזיע זענען דער מיטלענדישער ים, דער שווארצער ים, דער אינדישער אקעאן, דער פאציפישער אקעאן און דער ארקטישער אקעאן. אזיע איז צעשיידט פון אייראפע מיט די קאווקאז בערג און די אוראל בערג.

דער אזיע קאנטינענט איז דער גרעסטער פון אלע קאנטינענטן. אזיע באדעקט בערך 3/10 פון דער וועלט'ס יבשה, און האט מער איינוואוינער ווי אלע אנדערע קאנטינענטן מיט אומגעפער 3/5 פון דער וועלט'ס באפעלקערונג. אזיע באציט פון די פארפרוירענע ארקטישע ראיאנען אין צפון ביז די הייסע עקוואטארישע לענדער אין דרום, און אנטהאלט ריזיגע פוסטע מדבריות, ווי אויך די העכסטע בערג אין דער וועלט און פון די לענגסטע טייכן.

עקאנאמיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אזיע האט דעם צווייטן גרעסטן ווערד-פראדוקט פון די קאנטינענטן, נאך אייראפע,אבער דעם גרעסטן ווען געמאסטן לויטן גלייכן קויפקראפט. אין 2010 זענען געווען די גרעסטע נאציאנאלע עקאנאמיעס אין אזיע די פון כינע, יאפאן, אינדיע, דרום קארעע און אינדאנעזיע. אין די שפעטערדיקע 1990ער און פריערדיקע 2000ער יארן, זענען די עקאנאמיעס פון כינע[1] און אינדיע, געוואקסן געשווינט, ביידע מיט א דורכשניטלעכער יערליכער געוואוקס ראטע פון מער ווי 8%. אנדערע לענדער אין אזיע וואס וואקסן גיך זענען מאלייזיע, די פיליפינען, פאקיסטאן, וויעטנאם, מאנגאליי, אוזבעקיסטאן און מינעראל רייכע לענדער ווי קאזאכסטאן, טורקמעניסטאן, איראן, ברוניי, פאראייניגטע אראבישע עמיראטן, קאטאר, קואווייט, סאודי אראביע, באכריין, און אמאן.

שפראכן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין אזיע זענען פאראן עטלעכע שפראכן פאמיליעס. רוב לענדער אין אזיע האבן מער ווי איין שפראך וואס איז א מוטערשפראך. אין אינדאנעזיע רעדט מען מער ווי 600 שפראכן, אין אינדיע מער ווי 800, און אין די פיליפינען מער ווי 100. די פארשידענע פראווינצן פון כינע האבן אסאך שפראכן און דיאלעקטן.

רעליגיעס[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די רעליגיעס הינדואיזם, בודהיזם, דזשייניזם און סיקהיזם שטאמען אלע פון אינדיע אין דרום אזיע. אין מזרח אזיע, איבערהויפט אין כינע און יאפאן, האבן אנגעהויבן די רעליגיעס קאנפוציאניזם, טאאיזם און זען בודהיזם. די גרעסטע רעליגיע אין אזיע איז איסלאם. אויך איז פאראן קריסטנטום אין דער מערהייט פון לענדער אין אזיע. יידישקייט טרעפט מען אין ישראל מיט זיבן מיליאן יידן, אויך אין א טייל אנדערע לענדער זענען דא יידן, למשל אין האנג קאנג.

די מעשה וועגן דעם מבול ווערט דערציילט אין דער תורה. אויך אין אנדערע מקורות ווערט די מעשה געברענגט. אין דער מעסאפאטאמישער מיטאלאגיע ווערט דער מבול דערמאנט אינעם גילגאמעש עפאס. אויך אין אינדישער מיטאלאגיע און כינעזישער מיטאלאגיע ווערט דערמאנט דער מבול.

זעט אויך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. Five Years of China's WTO Membership. EU and US Perspectives on China's Compliance with Transparency Commitments and the Transitional Review Mechanism, Legal Issues of Economic Integration, Kluwer Law International, Volume 33, Number 3, pp. 263-304, 2006. by Paolo Farah


אַזיע-לענדער 
אוזבעקיסטאן · אזערביידזשאן · אינדאנעזיע · אינדיע · איראק · איראן · אמאן · אפגאניסטאן · ארמעניע · בהוטאן · באכריין · באנגלאדעש · ברוניי · גרוזיע · דרום קארעע · וויעטנאם · טאדזשיקיסטאן · טורקמעניסטאן · טיילאנד · טערקיי · יאפאן · יארדאניע · ישראל · כינע · לאַאָס · לבנון · מאלדיוון · מאלייזיע · מאנגאליי · מזרח טימאר · מיאנמאר · נעפאל · סאודי אראביע · סיריע · סינגאפור · סרי לאנקא · פאקיסטאן · פאראייניגטע אראבישע עמיראטן · פיליפינען · צפון קארעע · קאזאכסטאן · קאטאר · קאמבאדיע · קואווייט · קירגיזסטאן · קיפראס · רוסלאנד · תימן
קאנטינענטן פון דער וועלט 
Asia (orthographic projection).svg
אזיע
Africa (orthographic projection).svg
אפריקע
Europe (orthographic projection).svg
אייראפע
Location North America.svg
צפון אמעריקע
South America (orthographic projection).svg
דרום אמעריקע
Australia-New Guinea (orthographic projection).svg
אויסטראליע
Antarctica (orthographic projection).svg
אנטארקטיקע