קרית גת

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
קרית גת (שטאָט)
Flag of Qiryat Gat.svg Kiryat Gat COA.svg
PikiWiki Israel 16194 kiryat gat.jpg
אויפנאמע פון קרית גת
מדינה / טעריטאריע Flag of Israel.svg ישראל
גרינדונג דאטע 1954
ראיאן דרום דיסטריקט
בירגערמייסטער אבירם דאהארי
אפיציעלע שפראך העברעיש
שטח 17.102 קוואדראט ק"מ
באפעלקערונג (2015)

 ‑ אין שטאָט
 ‑ ענגקייט

52,585‏
3,305 באוואוינער א ק"מ2
צייט זאנע UTC+2

קריַת גת, איז א שטאט אין דרום דיסטריקט אין מדינת ישראל, די באָדן איז גרויס 17,102 דונאם. די שטאט איז געגרינדעט אין 1954, באקומען דעם סטאטוס פון א שטאט אין 1972, לויטן צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק פאר סעפטעמבער 2013, איז דא אין קריית גת 52,709 איינוואינער. די יערליכע וואוקס ראטע האלט ביי 0.5 פראצענט. רוב זענען אידן.

דער בירגערמייסטער פון שטאט איז אבירם דהרי.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די שטאט איז געבויט געווארן אלס אן איבערגאנגס לאגער (מעברה), וואס פון דעם איז שפעטער געווארן די שטאט. דער נאמען נעמט זיך אויפן נאמען פון דער שטאט "גת" פון די פלשתים, וואס ארכעאלאגן טענהן עס איז א טעות.

דער ערשטער רב פון דער שטאט, וואס האט געדינט אסאך יארן, איז געווען הגה"ק רבי שלום דערמער זיע"א, פריער רב פון טירגוי ניאמץ. ער האט לוחם געווין במסירות נפש אויף שמירת שבת.

היינט צו טאגס וואוינען אין קרית גת הונדערטער חרדישע משפחות (הויפטזעכליך חסידישע) בעלזא, גור און נאך. אין קרית גת געפינט זיך אויך די הויפטקווארטיר פונעם קרעטשענעווער-קרית גת הויף, אין הויפט פונעם רבי'ן, רבי ישראל ניסן ראזנבוים וואס האט אויפגעשטעלט דארט א שיינע געמיינדע פון צענדליגע משפחות מיט מוסדות.

טראנספארטאציע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

נעבן שטאט געפונט זיך שאסיי 40, וואס פארט קיין באר שבע, רחובות און צום צענטער. שאסיי 35 קיין אשדוד, אשקלון, בית שמש. אויך כביש שש, פארט אריבער נעבן שטאט, און האט פארבינדונגס שאסייען מיט קרית גת.

ישראל באנען, האט א באן סטאנציע אין שטאט, וואס געפונט זיך אויף דער באר שבע-תל אביב רוטע.


וועבלינק[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]