בת ים

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
בת ים
BatYam92Logo.svg Coat of arms of Bat-Yam.svg
Bat-Yam-beach.jpgפראמענאדע
מדינה / טעריטאָריע Flag of Israel.svg ישראל
דיסטריקט תל אביב
בירגערמייסטער צביקה בראָט
שטח 8,160 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטאט

127,065‏

בת ים איז א שטאָט אין תל אביב דיסטריקט, ישראל, און איז איינע פון די גרויסע שטעט אין גוש דן, עס געפונט זיך דרום פון תל אביב, פון מערב איז דער מיטלענדישער ים, פון מזרח איז חולון, און פון דרום ראשון לציון. איר באפעלקערונג איז געשאצט אויף ארום 130,000 איינוווינער.

די באבאווער חסידים האבן אויפגעשטעלט א שיכון אין בת־ים. עס זענען פאראן נאך דריי גרויסע חרדי'שע קהילות אין דער שטאט: א ספרדישע קהילה, חב"ד-ליובאוויטשער חסידים און ברסלבע חסידים.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די שטאט איז געגרינדערט געווארן דורך מענטשן פון תל אביב, מיטן נאמען בית וגן. וואס איז פארלאזט געווארן אין די תרפ"ט ראיאטן, נאכדעם וואס אראבער האבן אטאקירט די געגנט.

אין 1932, איז עס ווידעראמאל באזעצט געווארן, אין 1936 דערקלערט געווארן אלס לאקאלע ראט, און אין 1938, איז דער נאמען געטוישט געווארן צו בת ים. דעם נאמען האט הרב קוק פארגעשלאגן.

טראנספארטאציע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נתיבי איילון פארט צו מזרח זייט פון שטאט, וואס טיילט אפ צווישן בת ים און חולון.

אויף דער נתיבי איילון שאסיי, צווישן די צוויי ריכטונגען, פארט די ראשון לציון - תל אביב - הוד השרון באן ליניע פוןישראל באנען. אין דער שטאט זענען פלאצירט צוויי באן סטאנציעס, בת ים קוממיות און בת ים יוספטל.

ווי אויך ווערט געבויט די תל אביב לייכטע באן, וואס וועט פארן פון דער שטאט קיין תל אביב, רמת גן, בני ברק, און פתח תקוה.

צווילינג שטעט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]