תל אביב לייכטע באן

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
א פלאן פאר א לייכטע באן סיסטעם אין גוש דן

די תל אביב לייכטע באן איז א פלאן צו בויען א לייכטע באן טראנספארטאציע סיסטעם אין תל אביב, ישראל.

אין גוש דן, בויט מען א לייכטע באן, וואס וועט מערסטנטייל זיין אן אונטערערדישע באן, וואס וועט פארן פון פתח תקוה, אריבער בני ברק, רמת גן, תל אביב-יפו, בת ים, דער פלאן פון בויען א באן סיסטעם אין תל אביב, איז שוין פון די בריטישע מאנדאטארישע צייטן, וואס איז קיינמאל נישט צושטאנד געקאמען, און אפילו יעצט איז דא פראבלעמען מיט די שטאטראטן, ווי דער באן פארט אריבער מיטן טראנספארטאציע מיניסטעריום.

איין ליניע וואס איז שוין אריבער אלע ביוראקראטישע קריגערייען, איז די רויטע ליניע. וואס האלט אינמיטן געבויט ווערן. די באן ווערט געבויעט אויף זשאבאטינסקי גאס, אין פתח תקוה, ביז תל אביב, אויף מנחם בעגין, ווי עס וועט פארן ביזן אלטשטאט יפו, אין דרום קיין בת ים.

די גרינע ליניע וואס דארף געבויט צו ווערן פון צענטער ראשון לציון, אריבער קיין חולון, אויף תל אביב, גייט אריבער שווערע קריגערייען צווישן די תל אביבע שטאטראט, און דער פינאנץ מיניסטעריום. וויבאלד דער פלאן לויטעט אז דער באן וועט לויפן אויף אבן גבירול , די שטאטראט וויל אז די באן זאל לויפן אונטערערדיש, און די פינאנץ מיניסטעריום, וויל נישט באצאלן פארן בויען טונעלן, איז דערווייל גרייט מען צו די ליניע ביז יפו.