תרפ"ט ראיאטן

פֿון װיקיפּעדיע

ציידי תרפ"ט אויפרודער איז געווען אין די צייטן פון דעם בריטישן מאנדאט (1929) וואס די אראבער האבן געמאכט טעראר, און פאגראמען קעגן די אידן אין חברון און אין נאך ערטער. אין דער אויפרוהר זיינען געמארדעט געווארן איבער 113 יידן, 67 יידן זענען אומגעקומען אין חברון אליין. און הונדערטער פארווונדעט און גערויבט געווארן.

נאך דער אויפרור האבן די בריטישע באשטימט דאס צווייטע ווייסבוך וואס האט באשטימט זאלן יידן נישט מער טארן אימיגרירן קיין ארץ ישראל, און נישט טארן מער זיי פארקויפן ערד-פלאך.

וואס רבי ברוך קאפלאן זצ"ל האט דערציילט וועגן דעם פאגראם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די צייט וואס איך בין געווען אין חברון איז אויך אויסגעפאלן דאס וואס עס זענען נעבאך אומגעקומען אן ערך פון עטליכע און צוואנציג ישיבה לייט גרויסע תלמידי חכמים און נאך פערציג מענטשן פון די אנשי העיר, וואס די וועלט רופט עס "די פרעות פון חברון" [די חברון פאגראם]. האב איך געוואלט באצייכענען דא א טעות וואס איז אריין געגאנגען אין דער וועלט, א געוואלדיגן טעות, א מורא'דיגע טעות, אז די וועלט האט אנגענומען אז די חברון'נער אראבער זענען געווען רוצחים און זיי האבן באפאלן די אידן מחמת רציחה, מחמת שלעכטקייט. אבער אויב מען וועט אויסגלייכן די ידיעות איז דאס באמת נישט ריכטיג. אוודאי אן אראבער איז אן אראבער, ער איז נישט קיין יוד, אבער זיי זענען געווען זייער פריינטליכע אראבער, די אידן האבן געלעבט מיט זיי זייער פריינטליך, די גוים האבן געארבעט פאר די אידן, און מ'איז געווען צופרידן, עס איז געווען רואיג. 

א דוגמא ווי ווייט רואיג עס איז געווען צווישן אידן און די אראבער, למשל איך האב געהאט א מנהג, בערך א מייל-צוויי לעבן חברון איז געווען א בוים וואס עס איז מקובל אז די בוים איז געווען די אשל אברהם, וואו אברהם אבינו האט אויפגענומען די מלאכים, האב איך געהאט א גרויסן הרגש פון צייט צו צייט צו גיין באזוכן דעם בוים, (מובא בחוט המשולש תולדות מרן החת"ם סופר שאכן מקובל שזה הי' של א"א) ספעציעל אין זומער צייט ווען ס'איז ווארים. דארט איז אבער נישט געווען קיין ישוב, ס'איז געווען יעדע 5-7 בלאק אן איינצעלנע הויז, איך פלעג אביסל רעדן מיט זיי, מ'האט זיך פארשטאנען מיטן וואונק [נישט קענענדיג דעם אראבישן שפראך]. קיינער אין ישיבה האט מיר נישט געזאגט גיי נישט אונטערן שטאט, ס'איז א סכנה, "אראבער!". ס'איז נישט איינגעפאלן, אזוי פריינדליך האט מען געלעבט מיט די אראבער.

אויך האב איך געזען א בריף פון גערער רבי, (רבי אברהם מרדכי אלטער-אמרי אמת) אין יענע יארן שרייבט ער אז ער איז געפארן קיין א"י, אזוי ווי ס'האט אנגעהויבן ווערן א באוועגונג, אז מען וויל אוועקפארן פון פוילן קיין א"י, האט ער געוואלט זען וואס פאר א סארט פאלק דער אראבער איז, ווי אזוי צו ראטן די מענטשן, צו מען זאל יא פארן אדער נישט פארן, שרייבט ער דארט אין דעם בריעף אז דער אראבער איז זייער א פרידליכער פאלק, און א פיינער פאלק.

דערפאר וויל איך זאגן אז ס'איז אריין א געוואלדיגע גרייז אין דער וועלט אז די חברון'ער אראבער זענען געווען גרויסע רוצחים, און באפאלן די אידן. מעשה שהי' לא כך הי', נאר וואס דען? וועל איך אייך -ביי דעם געלעגנהייט- זאגן מעשה שהי'.

די מעשה איז אזוי, די היינטיגע ציונים די רשעים, איז שוין דעמאלטס אויך געווען די זעלבע זאך אזוי ווי היינט, זיי האבן געקערט די וועלט דארטן, אזוי ווי היינט מאכן זיי ביטערע אומגליקן ביי די מלחמות מיט די אראבערס, ס'איז שוין אומגעקומען אזויפיל אידן זאל דער אויבערשטער אונז אויסהיטן, דער אויבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אונז. דעמאלסט אויך זענען זיי ארויס געגאנגען איין מאל מיט א לאזונג אז דער כותל [המערבי] איז א יודישע נאציאנאלע אייגנטום, די אראבער געווענטליך האבן געהאלטן פארקערט, אז שוין 1100 יאר איז דאס זייערע. וואס קען מען טאן, מיר זענען דאך אין גלות, מפני חטאנו גלינו מארצנו, אבער עס האט זיך אנטוויקעלט די ציוניסטישע באוועגונג, זענען געקומען די פוסטיאקעס די אלע שווארץ יארן, האבן זיי געזאגט "די כותל איז אונזערע", (עס איז בכלל א קשיא וואספארא שייכות האבן זיי צו די מקומות הקדושה). איז געווארן א גרויסע ויכוח אין די צייטונגען. און דערנאך האבן זיי געוואלט מאכן א מקום קבוע צו דאווענען, (כאטש אז זיי האבן אזא שייכות צום דאווענען אזוי ווי גרון [דער דעמאלסדיגער רב הראשי] האט א שייכות צום דאווענען, ער גייט אויפן מקום המקדש מאכן א מנין), צו ענטעגענייזן [רייצן] די אראבער און צוביסלאך מער אריינקריכן, און ס'האט צוגעברענגט צו סכנת נפשות. ר' יוסף חיים זאנענפעלד האט זיי געבעטן ברחמים "לאזט אפ!", ס'איז גענוג אז די אראבער טוען א חסד און לאזן אונז קומען דאווענען, אבער אויף א קביעות האבן מיר קיינמאל נישט געהאט קיין חזקה, עס איז נישט אונזער ארט, ס'איז זייער ארט עד ביאת גואל צדק, 

אבער זיי האבן נישט געפאלגט, זיי האבן געמאכט א גרויסע אסיפה אין ירושלים, מ'האט געזאגט אז ס'איז געווען 10,000 מענטשן, אויסצורופן אז ס'איז פאר די אידן, און זיי רופן זיך אידן (כאטש דער חפץ חיים שרייבט אז זיי זענען נישט קיין אידן, די ציונים זענען זרע עמלק), איינער פון די רעדנער איז געווען דער רב הראשי האט ער אויסגערופן אזוי: "שמע ישראל הכותל כותלינו הכותל אחד", דאס איז געווען אין אלע צייטונגען. האט זיך צוהיצט און צופלאקערט צווישן די ציונים און די אראבער, השם ירחם.

דערנאך, איינמאל, מ'איז געזיצן אין חברון און געלערנט, זעען מיר אין שטאט לויפן ארום בויעס [יונגאטשן] מיט קורצע אפגעשניטענע הויזלעך און מיט געווער מיט בייסיקלס און מאטערסייקעל'ס, און לויפן ארום אין די הויפט גאסן אין חברון אהין און צוריק, פון די געווער האט מען זיך דערשראקן, וואס פאר א מעשה? מער פעלט דא נישט. 

בקיצור, האט מען געשיקט רופן אט די חברה, צום ר' משה מרדכי עפשטיין [דער משגיח אין חברון'ער ישיבה], און זיי האבן נישט געוואלט קומען, מען האט געמוזט גיין צו זיי, האט מען זיי געפרעגט, פאר וואס קומט איר? מה ראו על ככה? וואס טוט איר דא? ס'פעלט אונז אויס? איר וועט דאך דערמיט אויפרייצן די אראבער! ס'רייצט זיך שוין אזוי אויך!. האבן זיי געענטפערט, מיר קומען אייך פראטעקטן [שוצן]. האבן מיר געזאגט, געוואלד! רחמנות!, און זיי האבן נישט געוואלט אוועקגיין, ביז וואנען ס'איז געווארן צו שפעט.

ביז ווען די פירער פון די אראבער האבן אויפגעקליבן פון אסאך דערפער גרויסע מאסן'ס פון אראבער דארט, (און ווי געווענטליך פארשטייט זיך די צוואנציג קאווערדס [שוואך כאראקטערדיגע מחוצפים] זענען אנטלאפן, זיי האבן ארויסגעכאפט זיך), און ס'שוין געווען שפעט, זיי האבן זיך ארגענעזירט, זייער מופטי האט געזאגט א גרויסע רעדע פאר זיי, זיי האבן געמיינט אז פרייטיג צונאכטס קומט די גאנצע ישיבה דאווענען, וועלן זיי אריינקומען אנפאלן די גאנצע ישיבה און אטאקירן.

איי די ישיבה איז אליין געגן די ציונים, און געגן די פאסקודניאקעס, געגן די אלע זאכן. אבער די אראבער ווייסן דאך נישט, לא ידעו להבחין. האבן זיי געקומען, ס'איז געווען א גרויסער קרבן א עולה תמימה, ר' שמואל ראזנהאלץ. ווען ס'איז שוין געווען א טומל אין שטאט זענען אלע געבליבן אינדערהיים, אבער ער איז געווען א גרויסער מתמיד, א מורא'דיגער מתמיד, ער האט געקענט לערנען 80 בלאט גמרא א טאג, האבן זיי איהם געטראפן און זיי האבן בעונותינו הרבים [ער ציוויינט זיך] גע'הרג'עט און פארגאסן זיין בלוט אויף די אפענע גמרא וואס ער האט געלערנט. די פאליציי האט דאן אריינגעמישט זיך אין אווענט און ס'האט זיך אביסל איינגעשטילט.

אויף מארגן אינדערפרי פארטאג האבן מיר געהערט ווי עס טומלט זיך אין שטאט, און וואס מערער אלץ האט מען געהערט קולות וברקים, און איך בין געווען צוזאמען מיט נאך איינעם, מיט אברהם אושפענער, האבן מיר געוואוינט אין א דירה געדונגען ביי א יוד, וואס ער האט געהאט געדונגען א גאנצן אפארטמענט ביי אן אראבער, ס'איז געווען 3 שטאק, מיר זענען געווען אויף'ן אויבערשטן שטאק, און אזוי ווי ס'איז געווען גרויסע געשרייען אין שבת, מ'האט געזאגט וידוי, האב איך געהאט פארשידענע מחשבות דאן... אבער אז מען האט געהערט אז מען קלאפט זייער שטארק ביי אונז אין טיר אונטן, א לענגערע צייט [נאכער האבן מיר אויסגעפונען וואס איז געווען די קלאפערייען טיר, אז אבוסאלא דער אראבער האט זיי נישט געוואלט אריין לאזן ווייל ער האט געוואוסט אז זיי גייען אויף רציחה, זיי זענען אויפגעהעצטע, און ער האט נישט געוואלט, אזוי איז אויך געווען אין אסאך ערטער וואס די אראבער האבן נישט אריינגעלאזט, קוים קוים האט ער אויסגעהאלטן א פאר שעה, נאכער האט דער אויבערשטער געהאלפן און ס'איז געווארן שטיל, סיי ביי אונז האט מען נישט געקלאפט און סיי אין שטאט. - ס'איז געווען 65 מענטשן נעבאך קדושים וטהורים וואס ס'איז שוין געווען לאחר המעשה...!!!, אבער די אנדערע חלק פון שטאט רוב רובם זענען געראטעוועט געווארן...

פארוואס פארצייל איך די מעשה דא, איך האב געוואלט דאס זייער שטארק מפרסם זיין, וואס די ציונים די רשעים -זייער טאטעס און די היינטיגע- האבן אונז אנגעטון צרות, רק אין יראת אלקים במקום הזה והרגוני על דבר אשתי, זאגט דאך די הייליגע תורה אז אן יראת שמים איז רציחה פשוט, און דאס האבן זיי געטאן א מעשה פון אזוי פיל יארן עד היום הזה, זיי האבן קאאפערירט מיט די נאציס, ווי ס'איז באשריבן אין די ביכער אז זיי זענען געווען שותפים מיט די נאציס, (אויסער דעם ענין וואס די חז"ל זאגן גדול המחטיאו יותר מן ההורגו), זעקס מיליאן אידן זענען אומגעקומען ווי די גמרא זאגט אין כתובות אז אל תמרדו באומות ואל תעלו בחומה דריי שבועות האט דער אויבערשטער משביע געווען, און אז איר וועט נישט היטן די שבועות הריני מתיר את בשרכם כצבאות וכאילות השדה, און ס'איז נתקיים געווארן אויף אט די זעקס מיליאן אידן, דורך די נאציס [צוזאמען] מיט די זרע עמלק (דער חפץ חיים שרייבט [מובא בכתבי הר"ר אלחנן וואסערמאן הי"ד] אין סוף ספר קובץ הערות [מאמר אומר אני מעשי למלך] אז די ציונים זענען זרע עמלק), דורך די עבירות וואס זיי האבן אוועקגעשטעלט דעם גאנצן כלל ישראל נאך די ציוניסטישער שמוץ און דער ציוניסטישער געדאנק, און אויך בפועל ממש געווען שותפים צו די [רוצחים].

ר' משה שאהנפעלד שרייבט אין א קונטרס, אז ער איז אמאל געקומען צום חזון איש נאך ווי עס האט אויסגעבראכן די מדינה, די אראבער פלעגן פון צייט צו צייט באפאלן אידן, איז יענער געקומען און געזאגט: אוי רבי! איר האט געהערט? עס גייט אדורך עטליכע חדשים, יעדע פאר טעג פאלט א קרבן פון די אידן, אוי וויי אוי וויי, וואס טוט זיך דא?

האט אים דער חזון איש געזאגט: מיין טייערע ר' משה שעהנפעלד! איר זענט גערעכט, אבער עס וואונדערט זיך מיר אויף אזא בר דעת ווי איר זענט. אודאי, עס זענען אין די לעצטע פאר חדשים געווען עטליכע צענדליגע נפשות און יעדער נפש אחת מישראל איז אן עולם מלא. אבער דא שטייען דאך די ציונים, די מדינה, די רשעים, זיי נעמען און שמד'ן אפ אידן, קינדער, הונדערטער טויזענטער אלע טאג, דאס זאל ווייטאן! אזא גזירת השמד וואס מען שמד'ט אפ הונדערטער טויזענטער אידן, און חז"ל זאגן גדול המחטיאו יותר מן ההורגו, דאס האט ער איהם געזאגט.

נו, זינט דער חזון איש האט דאס געזאגט איז שוין אסאך יארן אדורך ועד היום הזה. ווי למשל ווען איך רעד דא יעצט, האט מיר איינער געוויזן א צייטונג, א שרעקליכע זאך, אז עס איז דא א מענטש, ער רופט זיך א בריסקער, ווייס איך צו ער איז טאקע א בריסקער? ער איז א קליינע מענטש און א גרויסע שגץ, א רוצח, האט ער גענומען איצטער באליידיגן אמעריקע, דער פרעזידענט רעיגן, מיט א חוצפה וואס עס כאפט ממש א פחד, עס איז נאך אזוי נישט געהערט געווארן. עס קען חלילה ברענגען שמדיות, די אראבער קענען זיך אויפכאפן, און די דריי מיליאן אידן זענען אלע אין סכנת נפשות.

וואס גייט אן אזא מנובל? אז די אראבער האבן געהאט אין באגדאד א רעאקטאר, גייט דער רשע צוברעכט עס. דו ווייסט דאך אז עס איז סכנת נפשות פאר אלע אידן, אבער וואס גייט אים אן? ווייל ער וויל ווערן מיניסטער פרעמיער, א שווארץ יאר, קוקט ער נישט אויף גארנישט.

די גמרא זאגט אז א קוואל פון וועלכע דו האסט געטרונקען וואסער זאלסטו נישט אריין ווארפן א שטיין, דו פארעך איינער! דו פארעך בעגין! לעבסט אינגאנצן פון אמעריקע, דו מיט דיין פאסקודנע פינסטערע מדינה! ווען נישט אמעריקע וואלסטו נישט געהאט קיין קיום, די גאנצע כח קומט פון אמעריקע, זיי גיבן אייך אלעס, זיי גיבן אייך געווער און אלעס! גייסטו, דו חצוף איינער, ווייל דיר געפעלט נישט, ווייל דיר פאסקודניאק געפעלט נישט זיין פאליטיק. - און די גאנצע זאך קען ארויסרופן צארן ביי די אראבער. סוף כל סוף איז דאך דא הונדערטער מיני אראבער, און רוסלאנד שטייט אויף זיין זייט. - קוקט ער נישט אויף די אלע זאכן, זיין כבוד און זיין פאליטיק פירט איהם אפילו עס זאל קאסטן הונדערטער און טויזנטער אידישע נפשות.

און מיט וועמען, רבותי, האט מען זיך דא פארבונדן? אנדערע מענטשן, טאקע פון די רעליגיעזע האבן געזאגט, "התאהבנו בבגין"! מיר האבן זיך פארליבט אין בעגין! עס כאפט א פחד! ער איז דאך געווען דער ראש המסיתים ומדיחים, דער ראש הכופרים, און א מסית ומדיח איז דער דין "לא תשמע לו, ולא תאבה לו ולא תחמול עליו, וגו'". פינף לאווין זאגט רש"י. דאס איז א יחיד'יגער מסית, ווען ער האט צוגערעט איין מענטשן, טאר מען נישט ליב האבן.

היינט, א מאסן מסית ומדיח, א רוצח, א רשע, א ראש הכופרים, פון די מדינה, וואס האט אומגעברענגט די תימן'ער יודנטום, די מאראקאנער אידן, און נאך אסאך ספרדישע, עס איז געווארן פון זיי ציונים און פוסטאקעס, אראפגעפירט פון תפילין, פון תורה. שרייבט איינער פון די רעליגיעזער פארטיי, "התאהבנו בבגין"?! ווי קען מען ליב האבן א מסית? איר האט געהערט??? צו אזא מצב אנקומען? השם ירחם עלינו!

...מען האט טאקע געהאלטן ביי אן אנדער ענין, אבער דאס הארץ טוט וויי, כי יחם לבבי, האב איך געוואלט אויסנוצן די געלעגנהייט צו זאגן, מען זאל וויסן אז השם ירחם עלינו, ומה עוללו לנו הציונים הרשעים הארורים האלו! מען דארף צו וויסן אז עס איז פארהאן א טעות אין דער וועלט, מען מיינט אז די אראבער האבן דאס געטון, זאל מען וויסן אז די גאנצע זאך וואס די אראבער זענען געווען אין כעס אויף אונז האבן זיי [די ציונים] געמאכט. ווייל די אראבער זענען געווען א פרידליכן פאלק. בין איך אן עדות, מיר האבן געלעבט מיט זיי אין חברון מיט א פרידליכקייט. גיבט א קוק אין די בריווען פון גער'ער רבי'ן אז די אראבער זענען געווען פרידלעך. און פון די היסטאריע זעט מען אויך אזוי אז אלע פאגראמען זענען געווען בעיקר אין איירופע, די הלכה איז בידוע אז [נאר] "עשו" שונא ליעקב, די אראבער זענען געווען פרידליך אלע דורות. ווער האט דאס געמאכט אז זיי זענען פיינטליך יעצט? די ציונים ארורים! מיר ווייסן דאך הבא להרגך השכם להרגו, די אראבער זענען געזיצן דארט עלעף הונדערטער יארן, (און מיר זענען דארט געווען אין גלות, מפני חטאנו גלינו מארצינו), קומען יעצט בכח ובזרוע און ווארפן זיי ארויס, הרג'ענען, צובאמבען, צובוטשערן זיי, עד היום הזה אין לבנון, מיט די עראפלאנען וואס זיי האבן פון אמעריקע, מעקן זיי אויס גאנצע דערפער.

זאל מען וויסן ווער די רוצחים זענען, זיי -די ציונים- זענען די גרעסטע רוצחים וואס די וועלט פארמאגט, זיי האבן זיך אנגעטשעפעט אויפן כלל ישראל און לאזן נישט לעבן ברוחניות און נישט בגשמיות.

זאל שוין יעדער מתפלל זיין, אז השם ירחם עלינו!

די מעשה ווי אזוי ר' אהרן פישער ז"ל טאטע פון ר' ישראל יעקב פישער ז"ל הראב"ד האט געראטעוועט מאה שערים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פרייטאג, דער אראבישער וועכנטליכער רו-טאג. די אראבער פון אראבישן קווארטל אין אלט-שטאט ירושלים האבן זיך ארויסגעלאזט פונעם מעטשעט העכער'ן הר הבית, אויפ'ן וועג צוריק פון זייערע צערעמאניעס, נאכדעם וואס דער שעיך האט זיי אנגעהעצט אין זיין רעדע קעגן די אידן. ער האט געפאדערט נקמה אין די אידן, וועלכע ווילן פארכאפן די מאכט אויף ארץ ישראל אויפ'ן חשבון פון די אראבער, און גערופן צו פארקלענערן די אידישע אנוועזנהייט, ספעציעל אין די נייע שטחים. עס איז געווען קלאר אז אצינד צילט ער דירעקט די נייע געגנטן.

מיט צעהיצטע געמיטער האבן זיך טויזנטער אראבער א לאז געטון אין דער ריכטונג אינדרויסן פון דער חומה. די אידן פון אלט-שטאט האבן זיך פאר שרעק באהאלטן אין זייערע הייזער הינטער פארמאכטע לאדנס. בלויז געציילטע דרייסטע אידן האבן זיך געוואגט שטילערהייט זיך ארויסצושלייכן פון דער חומה דורך אן אנדער טויער און שנעל געלאפן צו מאה שערים, ווארענען די איינוואוינער, זיי זאלן זיין געראכטן אויף דער געפאר וואס דראט זיי.

א שרעק איז געפאלן אויף מאה שערים. די געשעפטן זענען אין איילעניש פארמאכט געווארן. די שטיבלעך פון "ישועות יעקב" שול זענען פול געווארן מיט מתפללים אין דעם אומאפיציעלן יום תפילה. די הייזער זענען פארזיגלט געווארן מיט ריגלען און שלעסער, און קיין לעבעדיג נפש האט זיך נישט אנגעזען אין גאס.

עס איז אבער געווען קלאר אז מען דארף מיט עפעס שטארקער באקעמפן די אנפאלער. עס זענען שוין לאנג אריבער די צייטן ווען די אויסערגעווענליכע מאכט פונעם גרינדער, ר' יוסף ריבלין, איז געווען בכח צו פארטרייבן אראבער בלויז מיט'ן בלאזן פונעם שופר. אויך איז עס שוין געווען א לאנגע צייט וואס מאה שערים איז נישט געווען פארמאכט ווי א חומה מיט הערמאטישע טויערן וואס זענען מעגליך געווען צו פארשליסן, נאר געווען אפן פון אלע זייטן מיט גאסן צו די ארומיגע געגנטן. די איינוואוינער זענען געווען פארצווייפלט. וואס טוט מען?

פון די הייזער האבן זיך דערטראגן די שטימעס פון הארציגע תהילים-מעלאדיעס פון די מאה-שערימ'דיגע קינדערלעך, באגלייט מיט'ן געוויין פון די תחינות פון ערליכע ירושלימ'ער אידענעס, ווען דריי שאטנס האבן זיך שטיל ארויסגעשלייכט פון די מאה שערים געסעלעך. אין דער שטילקייט אויף דער גאס האט זיך נישט אנגעזען קיין זכר פון די הכנות צום אנקומענדן שבת. די שאטנס האבן שנעל געשפאנט די עטליכע הונדערט מעטער ארויס פון שטעטל. זיי האבן זיך געשטעלט ביי דער גרעניץ, דארט וואו די שבטי ישראל גאס קומט זיך היינט צוזאמען מיט דער הנביאים גאס. (דאס איז, אגב, דער ווינקל וואס איז אזוי נאענט צום פונקט וואו שבטי ישראל קומט זיך צוזאמען מיט מאה שערים; דער צענטער אויך פון די היינטיגע מחאות.)

דארט האט זיך אנטפלעקט פאר זיי אן אויסטערליש-שרעקליך בילד: טויזנטער, טויזנטער אראבער האבן זיך אנגעזען פונדערווייטנס. וואס א מינוט שפעטער איז די מענטשן-מאסע געקומען נענטער. זיי האבן זיך שנעל דערנענטערט פון דער ריכטונג פונעם יפו-טויער, און אצינד מארשירט לענגאויס דער שבטי ישראל גאס. אט האבן זיך שוין געזען די אויסגעשטרעקטע העק און אייזנס - די דעמאלטיגע פרימיטיווע געווער-מיטלען - ווען עס דערטראגן זיך די קולות: "איטבאך אל יאהוד! איטבאך אל יאהוד! (אויסשעכטן די אידן)".

עס איז זיי אדורך א סקרוך אין די ביינער נאר פון זען דאס. זיי האבן זיך באהאלטן אינעם ווינקל, פארשטעקט אונטער א בוים. 

הרה"ג ר' אהרן פישער האט ער געהייסן - איינער פון די יונגעלייט - ער איז געווען א אימיגראנט פון ראמעניע, ער האט מיט יארן פריער געדינט געצוואונגענערהייט אינעם ראמענישן מיליטער. דארט אין ראמענישן מיליטער האט ער זיך געמוזט לערנען צו שיסן מיט א רעוואלווער, און ווען ער איז ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל האט ער עס מיט זיך מיטגענומען כל צרה שלא תבא. אצינד האט ער עס ארויסגענומען פון די באהעלטעניש וואו עס איז ביז היינט געלעגן אן עס צו געברויכן ביז היינט, ארויסגייענדיג פון מאה שערים מיט אזא מורא'דיגע מסירות נפש.

ר' אהרן האט פארמאגט א ספעציעלן חוש אין צילן, ער איז געווען ממש א שארף צילער. אצינד האט ער זיך איינגעשטעלט דעם לעבן מיט דרייסטקייט צו פרובירן ניצן דעם חוש אויף צו ראטעווען זיך און אלע זיינע שכנים.

דער צעהיצטער המון אראבער האט זיך שוין אנגעזען גאנץ נאענט, און יעצט האט מען שוין דערקענט, ווי אין שפיץ פון זייער מחנה גייט דער שעיך מיט א אויסגעשטרעקטער האק, ווי א גענעראל פירנדיג הינטער זיך די מחנה פון אראבער.

ר' אהרן האט טיילווייז פארדעקט איין אויג, ווען זיין גאנצער קערפער איז פארשטעלט פון דעם ברייט-פארצווייגטן בוים, בלויז זיין האנט פלאך האט ארויסגעשטעקט ווען צווישן די פינגער ליגט דער שיסער, ער האט ארויסגעבליקט פון צווישן די צווייגן און זיך געגרייט צוזאמען מיט דעם וואס זיינע ליפן האבן געשעפטשעט א הייסע תפילה צום באשעפער און דאן האט ער ארויסגעשאסן איין איינציגע קויל ווען ער רעכנט אויס פונקטליך וואו ער וויל עס זאל דערגרייכן.

און עס האט געצילט פונקט צום פינטל, אזוי ווי דער שעיך האט די גאנצע צייט געהאלטן אין איין שרייען רציחה-לאזונגען קעגן די אידן, איז זיין מויל געווען נאכאנאנד אפן, אט דאס האט ר' אהרן אויסגערעכנט אויסצוניצן די געלעגענהייט אז דער איינער קויל זאל דערגרייכן זיין ציל גענוג פאטאל, נאך איידער זיי וועלן אניאגן צו רעאגירן, עס זאל דעם שעיך אינגאנצן אומשעדליך מאכן: דער קויל האט געטראפן זיין וועג גראד אין דעם אפענעם מויל פון דעם הויפט. וואס איז פארוואונדעט געווארן, א שטראם בלוט האט זיך געגאסן פון זיין מויל און ער איז אנידערגעפאלן אויף דער ערד מאכטלאז.

די אראבער האבן געוואלט צולויפן צו אים, אים געבן הילף, אבער דאן האט זיך געהערט א געשריי פון דער מחנה: באלד וועלן די אידן אנפאלן אויף אונז און שיסן, זיי וועלן אונז אלע אויס'הרג'ענען! א שרעק איז באפאלן די אראבער און זיי האבן אנגעהויבן זיך צוריקציען, און אין גרויס איילעניש צעטראטן איינער דעם צווייטן, פיל פון זיי זענען פארוואונדעט געווארן און ביז א קורצע צייט איז נישט געבליבן קיין זכר פון די גאנצע מחנה.

דארט אין ווינקל אין זייער באהעלטעניש, זענען נאך אלץ געזעסן די צוויי יונגעלייט צוזאמענגעפרעסט, פון זייער באהעלטעניש האבן זיי קלאר געזען די אויסטערלישע געשעעניש, זיי האבן נאר געווארט ביז עס איז זיכער אז די סכנה איז בעזר ה' פארביי און ווען אויף די גאנצע לענג פון שבטי ישראל גאס האט זיך אראפגעלאזט א טאָטאַלע שטילקייט, זענען זיי לאנגזאם ארויסגעקראכן פון אונטער'ן בוים.

זיי זענען שנעל געלאפן צוריק צו מאה שערים, ר' אהרן פישער האט זיך שטילערהייט אריינגעשלייכט אין זיין הויז ווי גלייך ער וואלט אין ערגעץ נישט געווען. ער האט נישט געפונען פאר וויכטיג עמיצן צו אינפארמירן וואס ער האט יעצט געטאן, אפילו נישט פאר זיינע גאר נאנטע פאמיליע מיטגלידער. ברוך ה' די סכנה איז אינגאנצן פארביי, דאס איז דער עיקר.

יעצט האט מען אין מאה שערים געקענט פריי אפאטעמען, עס האט נאך געדויערט א וויילע ביז מען האט זיך אפגעכאפט פון דעם גרויסן שרעק און אין א קורצער צייט ארום איז מאה שערים צוריק אויפגעלעבט געווארן, די געשעפטן האבן זיך צוריק געעפנט, יעדער האט ווייטער געקויפט און דאס געווענליכע גערודער פון די הכנות צום שבת קודש האט ווידער פארפולט די לופט.

מען וואלט נאך ביז היינט נישט געוואוסט ווער עס האט מיט אזא העראאישן טאט געראטעוועט דעם גאנצן ישוב פון מאה שערים, ווען נישט וואס מיט פיל יארן שפעטער איז ר' אהרן'ס זון: מרן ראב"ד העדה החרדית רבי ישראל יעקב פישער זצ"ל, געקומען אויף א באזוך צו א געוויסן דאקטער און יענער האט אים געפרעגט אויב ער איז א זון פון ר' אהרן פישער ז"ל און ווען דער ראב"ד זצ"ל האט אים געענטפערט אז יא, האט ער אים אויסגעזאגט אז ער איז געווען צוזאמען מיט זיין טאטן, דעמאלט ווען ער האט זיך איינגעשטעלט זיין לעבן צו ראטעווען די מאה שערים'דיגע אידן פון א גרויזאמער פאגראם.

ערשט דעמאלט'ס האט מען זיך דערוואוסט דורך וועמען און ווי אזוי עס איז געקומען אויף מאה שערים אט דער גרויסער נס.