ליובאוויטש (הויף)
דער ארטיקל איז פארגעשלאגן צו פאראייניקן מיט ליובאוויטש.
איר ווערט געבעטן אים פאַררעכטן.

ליובאוויטש אין ווייסרוסלאנד (היינט בעלארוס), איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, וואס דארטן האבן געוואוינט די רבנים און רבי'ס פון דער ליובאוויטשער דינאסטיע (א צווייג פון חב"ד), וואס ציעט זיך פון רבי שניאור זלמן מלאדי, באקאנט אלס דער אלטער רבי, דער בעל התניא.
אינהאַלט
רבי'ס פון חב"ד-ליובאוויטש[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
רבי שניאור זלמן פון ליאדי (י"ח אלול ה'תק"ה - כ"ד טבת ה'תקע"ג), דער אלטער רבי, בעל התניא, דער גרינדער פון חב"ד חסידות.
- רבי דובער פון ליובאוויטש (ט' כסלו ה'תקל"ד - ט' כסלו ה'תרפ"ח), פון ליובאוויטש, דער מיטעלער רבי.
- רבי מנחם מענדל שניאורסאהן, פון ליובאוויטש, דער צמח צדק. אן איידעם פון מיטעלער רבי.
- רבי שמואל שניאורסאהן (ב' אייר ה'תקצ"ד - י"ג תשרי ה'תרמ"ג), פון ליובאוויטש, דער מהר"ש.
- רבי שלום דובער שניאורסאהן (כ' חשוון ה'תרכ"א - ב' ניסן ה'תר"ף), רבי פון ליובאוויטש, דער רש"ב.
- רבי יוסף יצחק שניאורסאהן (י"ב תמוז ה'תר"ם - י' שבט ה'תש"י), רבי פון ליובאוויטש. דער ריי"ץ.
- רבי מנחם מענדל שניאורסאהן (געבוירן י"א ניסן ה'תרס"ב), ליובאוויטשער רבי. דער רבי.
- רבי יוסף יצחק שניאורסאהן (י"ב תמוז ה'תר"ם - י' שבט ה'תש"י), רבי פון ליובאוויטש. דער ריי"ץ.
- רבי שלום דובער שניאורסאהן (כ' חשוון ה'תרכ"א - ב' ניסן ה'תר"ף), רבי פון ליובאוויטש, דער רש"ב.
- רבי שמואל שניאורסאהן (ב' אייר ה'תקצ"ד - י"ג תשרי ה'תרמ"ג), פון ליובאוויטש, דער מהר"ש.
- רבי מנחם מענדל שניאורסאהן, פון ליובאוויטש, דער צמח צדק. אן איידעם פון מיטעלער רבי.
ליובאוויטשער חסידות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
ליובאוויטשער חסידות אין אמעריקע האט אסאך אייגנארטיגקייטן וואס טוט זיי אפטיילן פון דער אלגעמיינער חסידישער גאס. די הויפט ראלע איז דאס אז פון איין זייט זענען זיי גאנץ פיין איינגעגלידערט מיט דער אלגעמיינער באפעלקערונג, זייענדיג שטארק צושפרייט אין פילע פארשטיפטע שטעט, אויך זענען טייל פיל מער מאדערן פון סתם חסידים, קומענדיג פונעם קאמוניסטישן סאוועטן פאראיין ווי זייער אידישער לבוש און הלוך ילך איז געווען שטארק באגרעניצט. אבער פון דער אנדערער זייט פלאקערן זיי ווי פארצייטישע חסידים, אויך האלטן זיי זיך שטארק מיטן רעדן אידיש און אין די גרויסע קהילות זייערע, ווי אין קרוין הייטס און אין כפר חב"ד, לערנען נישט די קינדער אין חדר "לימודי חול" אויסער די וויכטיגסטע פעכער ווי ענגליש און מאטעמאטיק. די גרויסע תלמוד תורה אין קרוין הייטס איז די איינציגסטע חדר אין די פאראייניגטע שטאטן וואס לערנט בכלל נישט קיין ענגליש.
ווי אויך איז נישט דא ביי זיי קיין איסור זיך צו באנוצן מיט מאדערענע טעכניק, ווי אינטערנעט און ווידעא, פארשטייט זיך אויף גוטע צוועקן, כאטש וואס די אלגעמיינע חרדים האבן עס געאסרט. דאס איז וויבאלד איינע פון די יסודות אין חסידות חב"ד איז, אז איעדע זאך וואס מען קען נוצן אויף גוטס און אויף שלעכטס, איז אנשטאט עס דערווייטערן, זאל מען ענדערש מאכן דערפון א כלי פארן צד הקדושה. דערפאר נוצט מען אט די מאדערנע טעכניק אויף תורה'דיגע זאכן, הויפזעכליך צו פארשפרייטן אידישקייט און חסידות צו מענטשן וואס זענען נאך נישט קיין פרומע אידן.
פון דעם לעצטן רבי'ן זענען ארויס געגעבן געווארן מער פון 60 בענדער פון חידושי תורה אויף ש"ס, רמב"ם, שולחן ערוך און אין ענייני חסידות און קבלה, אויך 42 בענדער פון מכתבי תורה פון אים. דאס וואס מען האט שוין געדריקט ביז היינט איז בלויז א קליין פראצענט פון די אלע כתבים וואס איז געבליבן פון אים. כאטש וואס זינט ער האט אנגענומען די נשיאות און געווארן דער ליובאוויטשער רבי האט ער כמעט נישט פארלאזט זיין וואוינארט אין קרוין הייטס, דאך איז ער געווען שטארק באוואוסט אין דער גארער וועלט אלס א ריזיגער גאון און צדיק וועלכער האט מקרב געווען צענדליקע טויזנטער אידן צו אידישקייט.
ליובאוויטשער מנהגים[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
- נישט שלאפן אין דער סוכה אין יו"ט סוכות, ווי דער צמח צדק האט זיך אויסגעדריקט אז 'ווי קען מען שלאפן אין אזא הייליגע סוכה אין "אורות מקיפין דבינה"'. די הנהגה איז אנגענומען אויך ביי געוויסע אנדערע חסידים ווי בעלזא און סטיטשין. דער לעצטער רבי האט מסביר געווען פארוואס דאס שטימט גענוי מיט דער הלכה, ווייל דער רמ"א שרייבט אין שולחן ערוך אז מען פירט זיך נישט צו שלאפן אין דער סוכה, וויבאלד עס דארף זיין "תשבו כעין תדורו" איז דער חיוב פון שלאפן אין סוכה נאר אויף איינער וואס פארמאגט א פריוואטע סוכה וואס די מאן און ווייב קענען ביידע דארט געהעריג שלאפן פונקט ווי א גאנץ יאר[1].
- זיך נישט וואשן ביי שלוש סעודות, נאר יוצא זיין מיט מזונות, פירות, און דברי תורה. אויך דאס איז דער לעצטער ליובאוויטשער רבי מסביר ווי דאס שטימט מיט דער קלארער הלכה וואס איז גע'פסק'נט אין שולחן ערוך אז מען איז יוצא שלש סעודות מיט פירות און מזונות[2].
770 בית חיינו[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
ליובאוויטשער חסידות איז היינט הויפטקווארטירט אין 770 איסטערן פארקוועי, קרוין הייטס, וואס איז געווען רבי מנחם מענדל שניאורסאהןס שול. זיי רופן דעם אדרעס בית חיינו, ווייל פון דארטן זענען זיי יונק, און די מאדעלן ווערן געבויט איבעראל אין זייער צענטערן.
דער ליובאוויטשער בוים[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
-
- רבי מנחם נחום שניאורסאהן (ה'תקמ"ט - ), פון ניעזין.
- רבי שניאור שניאורסאהן, אן איידעם בז"ר פון צמח צדק.
- רבי לוי יצחק שניאורסאהן, פון ניעזין.
- רבי מרדכי זלמן שניאורסאהן.
- ר אהרן משה שניאורסאהן.
- ר הערש ליב שניאורסאהן.
- ר פנחס בער שניאורסאהן.
- מרת אסתר ריזיל, די ווייב פון מר דוליצקי.
- מרת שיינא, די ווייב פון מר פראדקין.
- מרת מלכה שניאורסאהן
- מרת רחל די ווייב פון רבי יהודה לייב הכהן ראפאפארט
- מרת חנה חישא (חיקא), די ווייב בז"ש פון רבי ישראל נח שניאורסאהן, פון ניעזין
- רבי מרדכי דוב טווערסקי-שניאורסאהן, פון טאמאשפייל
- רבי משה זלמן טווערסקי, פון טשמישלה.
- רבי מנחם נחום שניאורסאהן (ה'תקמ"ט - ), פון ניעזין.
-
- מרת ביילא, די ווייב פון רבי יקותיאל זלמן (וואלעס), אן אייניקל פון לוי יצחק פון בארדיטשוב, דער קדושת לוי.
- רבי לוי יצחק זלמנסאהן, פון וועליז.
- מרת קילא, די ווייב פון רבי דובער כהן.
- רבי זלמן כהן.
- מרת הינדא, די ווייב פון רבי אלטער דובער גורביץ.
- מרת מרים , די ווייב פון ר מנחתם מענדל שינקין.
- מרת פריידא, די ווייב בז"ש פון רבי ישראל נח שניאורסאהן.
- מרת ביילא, די ווייב פון רבי יקותיאל זלמן (וואלעס), אן אייניקל פון לוי יצחק פון בארדיטשוב, דער קדושת לוי.
-
- מרת חיה מושקא ( - ח' טבת ה'תרכ"א), די ווייב פון רבי מנחם מענדל שניאורסאהן, רבי אין ליובאוויטש, דער צמח צדק.
- רבי ברוך שלום שניאורסאהן (כ"ב חשוון ה'תקס"ו - ט"ז שבט ה'תרכ"ט), פון ליובאוויטש.
- רבי יהודה ליב שניאורסאהן (ה'תקס"ח (אומגעפער) - ג' חשוון ה'תרכ"ז), רבי פון קאפוסט.
- רבי חיים שניאור זלמן שניאורסאהן (ה'תקע"ד (אומגעפער) - ד' טבת ה'תר"ם), פון ליאדי.
- רבי ישראל נח שניאורסאהן, (ה'תקע"ו - י"ז ניסן ה'תרמ"ג), פון ניעזין.
- רבי אברהם שניאורסאהן, פון קעשענעוו
- רבי שניאור דובער שניאורסאהן, פון סוראז.
- מרת שיינא, די ווייב פון רבי צבי שיינבערג פון קעשענעוו
- מרת פרלה דבורה, די ווייב פון ר שניאור זלמנסאהן.
- מרת אסתר ליבא, די ווייב פון רבי שמריהו נח שניאורסאהן פון באברויסק.
- מרת שטערנא, די ווייב פון רבי שניאור זלמן שניאורסאהן, א זון פון רבי שמואל שניאורסאהן, רבי פון ליובאוויטש דער מהר"ש.
- רבי משה שניאורסאהן.
- ר יעקב שניאורסאהן.
- ר נחום שניאורסאהן.
- רבי יוסף יצחק שניאורסאהן, (ה'תקפ"ב - י"ח כסלו ה'תרל"ז), פון אוורוטש.
- רבי יעקב שניאורסאהן ( - ), ער איז נפטר געוואטן יונגערהייט.
- רבי שניאור שניאורסאהן.
- רבי שמואל שניאורסאהן (ב' אייר ה'תקצ"ד - י"ג תשרי ה'תרמ"ג), רבי פון ליובאוויטש דער מהר"ש.
- רבי שניאור זלמן אהרן שניאורסאהן (י"ט תמוז ה'תרי"ח - י"א חשוון ה'תרס"ט).
- רבי שלום דובער שניאורסאהן (כ' חשוון ה'תרכ"א - ב' ניסן ה'תר"ף), רבי פון ליובאוויטש, דער רש"ב.
- רבי יוסף יצחק שניאורסאהן (י"ב תמוז ה'תר"ם - י' שבט ה'תש"י), רבי פון ליובאוויטש. דער ריי"ץ.
- רבי אברהם סענדער שניאורסאהן, ער איז אוועק יונגערהייט.
- רבי מנחם מענדל שניאורסאהן (ו' אדר ה'תרכ"ז - ).
- מרת דבורה לאה, די ווייב פון רבי משה אריה ליב גינזבערג פון וויטעבסק.
- מרת חיה מושקא, די ווייב פון רבי משה הכהן הארענשטיין.
- מרת ראדע פריידא, די ווייב פון רבי שניאור שניאורסאהן, א זון פון רבי מנחם נחום שניאורסאהן, א זון פון דעם מיטלן רבי, רבי דובער.
- מרת דבורה לאה, די ווייב פון רבי לוי יצחק זלמנסאהן פון וועליז, א זון פון רבי יקותיאל זלמן (וואלעם), אן איידעם ביים דעם מיטלן רבי, רבי דובער
- מר שניאור זלמנסאהן.
- מרת רבקה, די ווייב פון רבי יהודה ליב שניאורסאהן, רס אין האמל, סיראטין, וויטעבסק.
- מרת פערל, די ווייב פון רבי שניאור זלמן מרדכי שניאורסאהן פון זשיטאמיר.
- מרת דבורה לאה ( - א' סיון ה'תרל"ו), די ווייב פון רבי ישראל יעקב טווערסקי (ה'תקנ"ד - י"ג אלול ה'תרל"ו), פון טשערקאס.
- מרת שרה פריידא, די ווייב פון רבי מנחם נחום שניאורסאהן, פון ניעזין.
- מרת אדיל.
- מרת שטערנא פייגא, די ווייב פון רבי משולם זוסיא יצחק אויערבאך (ה'תקע"ט - ה'תרמ"ב), רב אין טאלמיטש.
- רבי מרדכי דוב טווערסקי (ה'ת"ר – כ"ב אלול ה'תרס"ג), רב אין הארניסטייפל.
- מרת חישא ברכה.
- מרת חנה שניאורסאהן, די ווייב פון רבי יוסף יצחק שניאורסאהן, פון אוורוטש.
- מרת חיה מושקא ( - ח' טבת ה'תרכ"א), די ווייב פון רבי מנחם מענדל שניאורסאהן, רבי אין ליובאוויטש, דער צמח צדק.
-
- מרת ברכה, די ווייב פון רבי יונה פון זשיטאמיר.
-
- מרת מנוחה רחל (י"ט כסלו ה'תקנ"ט - כ"ד שבט ה'תרמ"ח - כ"ד שבט ה'תרמ"ח), די ווייב פון רבי יעקב (כולי) סלונים ( - ב' טבת ה'תרי"ז), פון חברון.
- רבי יהודה ליב סלונים (ה'תקצ"ב - כ"ז תמוז ה'תרנ"ג).
- רבי לוי יצחק סלונים. (ה'תקצ"ג - ג' ניסן ה'תרנ"ה).
- רבי מרדכי דובער סלונים. (ה'ת"ר - ה' טבת ה'תרע"ו).
- מרת שטערנא ריזה, די ווייב פון רבי שלום קזרנובםקי.
- מרת רויזא מינא ( - כ"ב אדר ב' ה'תרע"ו), די ווייב פון רבי מרדכי אפרת.
- מרת שרה פריידא די ווייב פון רבי בנימין ריבלין.
- מרת מנוחה רחל (י"ט כסלו ה'תקנ"ט - כ"ד שבט ה'תרמ"ח - כ"ד שבט ה'תרמ"ח), די ווייב פון רבי יעקב (כולי) סלונים ( - ב' טבת ה'תרי"ז), פון חברון.
- רבי חיים אברהם שניאורסאן ( - ה'תר"ה).
- רבי דובער שניאורסאן פון ליאדי.
- רבי לוי יצחק שניאורסאן פון ליאדי.
- רבי יהושע אבלי שניאורבאן פון ליעפלי.
- מרת פריידא, די ווייב פון רבי לוי יצחק פון הומלא.
- מרת צביא, די ווייב פון רבי משה יצחק פון וויטעבסק.
- רבי ברוך שמואל שניאורסאן.
- רבי זלמן שניאורסאן.
- רבי לוי יצחק שניאורסאן.
- רבי משולם זוסל שניאורסאן.
- רבי רפאל מרדכי שניאורסאן.
- מרת שרה פריידא, די ווייב פון רבי זלמן אורינשטיין פון האראדנא.
- מרת גיטא רחל, די ווייב פון רבי נחמיה פון דאבראוונא דער דברי נחמיה.
- מרת מוסיא הינדא, די ווייב פון רבי שניאור זלמן פיגלסון.
- מרת ביילא רייזל, די ווייב פון רבי ברוך שמואל שניאורסאן, א זון פון מיטעלער רבי.
- רבי דובער שניאורסאן פון ליאדי.
- רבי משה (ה'תקמ"ד - ה'תרל"ח).
- מרת שרה רבקה, די ווייב פון הרב נחום יוסף.
- רבי שניאור זלמן שניאורסאן.
- ר חיים צבי שניאורסאן.
- רבי פנחס אליהו שניאורסאן.
- מרת רחל, די ווייב פון הרב משה צבי פונדמינסקי.
- רבי שניאור זלמן פונדמינסקי.
- מרת מרים, די ווייב פון רבי שלמה סגל.
- מרת דבורה ( - ד' טבת תרנ"ד) , די ווייב פון רבי שניאור זלמן שמערלינג.
- מרת רבקה הינדא ( - ו' תשרי תרכ"ח) די ווייב פון רבי זלמן חיים ריבלין.
- מרת שרה רבקה, די ווייב פון הרב נחום יוסף.
- מרת פריידא, די ווייב פון רבי אליהו ב"ר מרדכי, זי ליגט אין האדיטש
- רבי אהרן מקרימנצוק.
- רבי ברוך, אן איידעם פון רבי בנימין קלעצקער.
- די ווייב פון רבי יעקב שניאורסאן, א זון פון צמח צדק.
- מרת דבורה לאה, די ווייב פון רבי שלום שכנא אלטשולער.
- מרת רחל, די ווייב פון רבי אברהם שיינעס.
רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
חסידישע הויפן | ||
---|---|---|
אוקראינע: | ||
פוילן: |
אזשאראוו | איזשביצע | אלעקסאנדער | אמשינאוו | אפט | אשלג | ביאלא | גער | גראדזשיסק | ווארקא | זיכלין | טשענסטכאוו | כענטשין | לעלאוו | לובלין | מאדזשיץ | נעשכיז | נאוואמינסק | סאכאטשאוו | סטריקאוו | פאריסאוו | פרשיסחא | קאזמיר | קאזשניץ | קאצק | ראדאמסק | ראדאשיץ | ראדזין | שעדליץ | שעניצע | שידלאווצע |
|
מזרח-גאליציע: |
אלעסק | אניפאלי | בערדיטשעוו | באיאן | בורשטין | בעלזא | דאראג | וויזשניץ | זוטשקע | זידיטשוב | זינקאוו | טשארטקאוו | טשערנאוויץ | הוסיאטין | יעראסלאוו | מאכניווקא | מאנעסטריטשע | נאדווארנע | פרעמישלאן | סאדיגורא | סאסאוו | סקאליע | סקולע | סטאניסלאב | סטרעטין | סטראזשניץ | קאזלאוו | קאמינקא | קאסאוו | קאמארנע | קאפיטשעניץ | קאריץ | שפיקאוו |
|
מערב-גאליציע: | ||
וואלין: | ||
ליטע/רייסן: |
אווריטש | ליובאוויטש | לעכאוויטש | נעשכיז | סטראשעליע | סלאנים (שווארץ סלאנים, ווייס סלאנים) | קאפוסט | קאברין | קארלין | קוידאנאוו |
|
רומעניע: | ||
אונגארן: | ||
אמעריקע: |
אמונת ישראל | באסטאן | מילוואקי | פיטסבורג | קליוולאנד |
|
ירושלים: | ||
אנדערע: |