ווידעא

פֿון װיקיפּעדיע

ווידעאָ איז א טעכנאלאגיע וואס באמעגליכט צייגן באוועגליכע בילדער.

דאס ווידעא צייגט צענדליקע בילדער יעדע סעקונדע, ווען יעדע בילד װײַזט דעם המשך פון דעם פריערדיגן בילד, און אזוי זעט דאס אויס ביים מענטשנס אויגן ווי דאס בילד פארט העכטליך אזוי ווי ביים לעבן.

צום ביישפיל א טעלעוויזיע ווייזט 50 בילדער (ראמען) אין א סעקונדע.

וויבאלד אזוי פיל בילדער נעמט אָן-א-שיעור פלאץ וואס ברויכט זייער ברייטע שטריקן, איז דא היינט טעכנאלאגיעס וואס קענען פרעסן די בילדער, און אזוי קען מען ווייזן מער בילדער יעדע סעקונדע און ווייזן קלארער און שענער דאס ווידעא.

מיט די טעכנאלאגיע מאכט מען פילמען, ווידעא קליפס אד"ג.

די דאטן פון א ווידעא קען זיין אויף פארשידענע אנהאלטערס, ווי אנאלאגישע טייפ, הארטדיסק, CD און DVD.

מוזיק קליפ[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

מוזיק־קליפּ איז אַ קורצע ווידעא װאָס װערט באַװיזן צוזאַמען מיט מוזיק.

די ערשטע קאנאל וואס האט אנגעהויבן טראנסמיטירן מוזיק ווידעא אין יאר 1981 איז געווען MTV, נאך דעם איז ארויס צענדליגע הונדערטע געראטענע קאנאלן. ווי צום ביישפיל ערוץ מוסיקה 24 אין מדינת ישראל וואס טראנסמיטירט בעיקר ישראלדיקע מוזיק קליפס.