רחמיסטריווקא (הויף)

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

רחמיסטריווקא איז א שטעטל אינעם טשערקאסער געגנט פון היינטיקער אוקראינע, וואו הר"ר יוחנן טווערסקי, דער יונגסטער זון פונעם טשערנאבלער מגיד און אן איידעם פון הר"ר פינחס פון קאלק, האט אויפגעשטעלט זיין הויף. די רחמיסטריווקער רבי'ס זענען פון דער טשערנאבילער גזע.

ס'זענען דא היינט צוויי רבי'ס, איינער אין בארא פארק און זיין נעפֿע אין ירושלים, וואס האלטן זיך שטארק בידידות.

געשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אין תרנ"ה איז דער ערשטער רבי, רבי יוחנן נסתלק געווארן, און מ'האט אים באהאלטן אין דעם בית עולם און געבויט אויפן קבר אן אוהל.

זיינע זון האבען ממשיך געווען ביז עס איז גווארען שווער צו וואינען וועגען די פילע פאגראמען זענען זיי ארויף קיין ארץ ישראל און איבערגעפלאנצט די הויף אין ירושלים עיר הקודש

רבי מאטעלע (מרדכי), א זון פון רבי יוחנן, האט עולה געווען קיין ארץ ישראל און איבערגעפלאנצט דעם הויף אין ירושלים. נאך זיין פטירה האט געפירט רבי נחום אין ירושלים.

נאך ר' נחום'ס פטירה האבן געפירט אין ירושלים זיינע קינדער, ר' אברהם דוב מיט ר' דודיע, וואס יעדער האט באוואונדערט דאס אחדות צווישן זיי. זיי האבן זיך געטיילט מיט אלע כיבודים אלע זאגעריי האט געזאגט ר' דודיע זייענדיג א חזן און סנדקאות וכדומה איז געווען פאר ר' אברהם בער. אנדערע האבען געמיינט אז ר' אברהם דוב איז דער רבי, און ר' דוד דער שמש, זייענדיג אזא פשטן און אזא עניו, קוויטלעך האט מען גענומען צוזאמען מיט ברודערשאפט און ליבשאפט.

נאך דער פטירה פון ר' אברהם בער איז געווען זיין זון ר' אפרים א שטיק צייט רבי צוזאמען מיט זיין פעטער ר' דודיע. ר' אפרים איז געווען דער אפוטרופס פון דער ירושה פון זיין עלטער פעטער ר' מאטעלע.

נאך ר' דוד׳ס פטירה האט ממלא מקום געווען זיין זון ר' יוחנטשע און זיינע זין זענען ר' מאטל אין ירושלים און רבי חי יצחק אין בארא פארק.

וואס איז געווען צו באוואונדערען צוויי ברידער מיט אזא ענווה, דאן איז ראחמיסטריווקא געווארן פון א שטיבל אויף רחוב שפת אמת א וועלט'ס חסידות מיט טויזנטער אנהענגער און גרויסע שולן מוסדות און שטיבלעך ארום דער וועלט.

רחמיסטריווקער רבי'ס און ייחוס[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי יוחנן טווערסקי (ה'תקע"ו - ד' ניסן ה'תרנ"ה), דער ערשטער רחמיסטריווקא רבי, א זון פון רבי מאטעלע טשערנאבלער, דער זון פונעם מאור עינים, פון די תלמידי בעש"ט.

  • די ווייב פון רבי מרדכי טווערסקי פון שפיקאוו.

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]