בערעגסאז (הויף)
דאס שושלת בערעגסאז האט זיך אנגהויבן נאכן ערשטן וועלט קריג, ווען רבי חיים אברהם פאלאק דער זון פון רבי אביגדור פאלאק, דער איידעם און שטיף זון פונעם אמרי יוסף פון ספינקא האט זיך אריבער געצויגען פון ספינקא קיין בערעגסאז (היינט אין אוקראינע). דארט האט ער באלט אוועק געשטעלט א ביהמ"ד אין א קורצער צייט שפעטער אזוי אויך א ישיבה פאר תלמידים. עס האט נישט לאנג געדויערט ביז ער איז נתבקש געווארן לישיבה של מעלה, י"ז טבת תרצ"ג. וועלכער ער איז דעמאלטס אלט געווען קרוב צו פערציג יאר אינגאנצן. ממש פאר דער פטירה האט ער זיך אנגערופן צום זון רבי יוסף מאיר אין זיך אונטרעסירט צו ער באמערקט אויכעט די אבוה"ק די עטרת צבי פין זידיטשוב פין איין זייט, אין מהרי"א מזידטשוב זי"ע פון די צווייטע זייט וועלכער זענען געקומען עם אקעגן נעמען אויבן.
זיין בן יחיד רבי יוסף מאיר פאלאַק איז נאך דעמאלט'ס געווען א יונג בחור'ל, אזוי אז דער ישיבה האט אויכעט נישט מאריך ימים געוויזן. דער ספינקער רבי דער חקל יצחק זי"ע וואס איז געוועזן א פעטער איז געשטאנען פאר א שושבין עם צו חתונה מאכן ווי אום גיכסטן כדי איבער צו נעמען די רעביסטעווע. על אף אלץ בחור האט רבי יוסף מאיר זייער געשעמט אין געוויזוהן באוויסט איבער דער גאנצער שטאט ווי א עילוי אין א כלי מפואר שעפציעל אין די עבודה וועלעכער ער האט אראפ געלייגט דריי מאל א טאג ביים דאווענען. אבער צו זאם מיט דער חתונה וואס איז אפ געראכטען געווארן אין בערעגסאז בראשות גדולים וצדיקים איז געווען די הכתרה ממשיך צו זיין גזע אבוה"ק. רבי יוסף מאיר האט געהייראט מרת חנה (תרע"ה - כ"ט מרחשון תשע"ד), די טאכטער פון רבי יחיאל חיים לאבין, מאקאווער רבי, און רביצין דבורה ברכה. זיי האבן געהאט צוויי קינדער, אברהם אלטער און ביילא חיה.
פלא דער אוף ווערט דער ציילט אז דער זיידע רבי אביגדור פאלאק וואס ווערט שוין דערמאנט אויבן אלץ טאטנ'ס טאטע - איידעם פון אמרי יוסף וועלעכער האט מאירך ימים געווען איבער די חתונה פון אייניקל דער יתום, איז נישט געקומען באשיינען די חתונה, ווי באלט ער האט געברויכט צו דעם אריבער גיין די גרענעץ פון סיגעט, אין היות מ'האט געדארפט זיך פאטאגראפירן פאר א פאס האט געקענט באשטיין מוותר זיין אוף דער חתונה ווי איידער נישט מאכן פון אים א בילד...
דער היינטיגער בערגסאזער רבי איז רבי אברהם פאלאק, א זון פון רבי יוסף מאיר און א שטיף־זון פון בעלזער רב האט געצויגן קיין בני ברק אין תש"ם און אויפגעשטעלט זיין ביהמ"ד דארטן. זיין זון רבי יהושע פאלאק האט געפירט א ביהמ"ד אין ירושלים.
חסידישע הויפן | ||
---|---|---|
אוקראינע: | ||
פוילן: | ||
מזרח-גאליציע: | ||
מערב-גאליציע: | ||
וואלין: | ||
ליטע/רייסן: | ||
רומעניע: | ||
אונגארן: | ||
אמעריקע: | ||
ירושלים: | ||
אנדערע: |