בלאזשאוו (הויף)
בלאזשאוו אין מערב גאליציע איז א באקאנט שטעטל אין די חסידישע קרייזן דורך דעם וואס האבן געוואוינט דארט די רבי'ס פון דער בלאזשאווער דינאסטיע (א צווייג פון דער דינאווער דינאסטיע), וואס ציט פון הרב צבי אלימלך שפירא, רב אין בלאזשאוו, אן אייניקל פונעם "בני יששכר", רבי צבי אלימלך שפירא פון דינאוו.
ערשטער דור
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער גרינדער פונעם הויף, רבי צבי אלימלך, איז געבוירן געווארן אין ה'תר"א צו זיין פאטער רבי דוד דינאווער. אין זיינע יונגערע יארן איז ער געווען מיט זיין פאטער ביי רבי ישראל פון רוזשין און רבי שלום פון בעלזא. ער איז געווארן אן איידעם ביי רבי משה פון ראזוואדאוו. ער איז געווען א תלמיד פון רבי חיים האלבערשטאם, דער "דברי חיים" פון צאנז. ער איז געווארן רב אין ריבאטיטש (איינע פון די שטעטלעך וואו זיין זיידע האט געהאט א רבנות שטעלע), און פון יאר ה'תרכ"ג איז ער געווען רב אין בלאזשאוו.
נאך זיין חתונה האט ער געגעסן קעסט ביים צאנזער רב און ער איז געווען איינער פון דער חבורה פון אויסגעצייכנטע תלמידים וואס האבן געלערנט מיט אים, און ער האט באקומען פון אים היתר הוראה. נאך זיין פאטער'ס פטירה אין ה'תרל"ד האט ער אנגעהויבן פירן א רביסטעווע. אין ה'תר"ע איז ער אריבער קיין יאווארניק א קליינע קהילה 12 ק"מ פון בלאזשאוו. ביי דער ערשטער וועלט-מלחמה איז ער אנטלאפן קיין בודאפעשט. ווען ער איז צוריקגעקומען אין גאליציע אין ה'תרפ"ג האט ער זיך באזעצט אין ריישע. ער איז נפטר געוואןר ה' ניסן ה'תרפ"ד. ער האט גענומען פאר אן איידעם רבי ברכיה טייטלבוים פון איהעל.
מען האט אים פאררעכנט א גרויסער גאון און צדיק. איינער פון זיינע אויסגעצייכנטע תלמידים איז געווען רבי אהרן ראטה. ער האט מחבר געווען דאס ספר "צבי לצדיק", אויף תורה, און אויף ימים טובים, און שו"ת.
צווייטער דור
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין אמעריקע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי ישראל, דער דריטער זון פון רבי יהושע, האט איבערגעלעבט דעם חורבן און האט אויפגעשטעלט זיין הויף אין אמעריקע. ער איז געבוירן געווארן מרחשון תר"ן און איז געווארן אן איידעם ביי רבי שלום דוד אונגאר פון זשאבנע. ער האט געדינט אלס רב פון פראכניק. נאך זיין פאטער'ס פטירה איז ער געווארן רב אין איסטריק וואו ער האט אנגעהויבן פירן א רביסטעווע. ער האט אטייל גענומען אין דער כנסיה גדולה פון אגודת ישראל אין ווין אין ה'תרפ"ג. זיין משפחה איז אומגעקומען ביים חורבן אייראפע; ער אליין איז געראטעוועט געווארן דורך א נס. א קורצע זייט האט ער געזוימט אין בריסל, דערנאך האט ער אימיגרירט אין די פאראייניגטע שטאטן. פריער האט ער געוואוינט אין וויליאמסבורג און דערנאך אין בארא פארק, ברוקלין, וואו ער האט געעפנט דעם בלאזשאווער בית מדרש. מען האט אים געהאלטן איינער פון די גרעסטע אדמו"רים אין זיין דור.
ער האט חתונה געהאט בזיווג שני צו בראניע, טאכטער פון הרב משה מנחם מעלכיאר. ער איז געווען א נשיא פונעם גאליציאנער כולל. א' חשוון ה'תש"ן איז ער נפטר געווארן און מ'האט אים באערדיקט אין הר הזיתים.
נאך זיין פטירה האט מען מכתיר געווען זיין שטיף־זון, רבי צבי יהודה שפירא (פריער קושיצקי; תרצ"ו, 1936 - ט"ז תמוז תשע"ה, 2015). ער האט אויך איבערגענומען זיין ארט ביים גאליציאנער כולל.[1].
דער בלאזשאווער בוים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- רבי צבי אלימלך שפירא (ה'תר"א - ה' ניסן ה'תרפ"ד), רב אין בלאזשאוו.
- רבי יהושע שפירא (י' סיון ה'תרכ"ב - י"ב אדר א' ה'תרצ"ב) , רב אין ריבאטוטש.
- מרת חנה, די ווייב פון רבי יצחק האלבערשטאם (ה'תר"ם (אומגעפער) - כ"ט אלול ה'תש"ג), פון בארדיאוו.
- מרת טויבא טילא, די ווייב פון רבי מנשה הורוויץ (ה'תר"ם (אומגעפער) - ה'תש"ב (אומגעפער) ), פון ראזוואדאוו, א זון פון הרב צבי הירש הורוויץ, רב אין ראזוואדאוו.
- רבי מאיר שפירא הי"ד (ה'תרמ"ד (אומגעפער) - ה'תש"ב (אומגעפער) ), דער לעצטער רב אין בלאזשאוו.
- רבי יוסף שפירא הי"ד, פון ריישא.
- רבי אפרים שפירא הי"ד.
- הכלה מרים הי"ד.
- הבתולה שרה הי"ד.
- רבי אליעזר שפירא (ה'תרמ"ה - ה'תש"א), רב אין ריבאטוטש.
- רבי ישראל שפירא (ה'תר"ן - ב' חשוון ה'תש"ן), רב אין פראכניק נאכהער בלאזשאווער רבי אין אמעריקא.
- מרת חיה, די ווייב פון רבי יהודה הורוויץ (י"ג תמוז ה'תרנ"ב - ט' חשוון ה'תשמ"ב), סטוטשינער רבי אין אמעריקא.
- מרת הינדא, די ווייב פון רבי צבי אלימלך הורוויץ (ה'תר"ס (אומגעפער) - ה'תש"ג (אומגעפער) ), רב אין דעמביץ.
- מרת יוטא, די ווייב פון רבי טוביה הורוויץ (ה'תרנ"ג - י' שבט ה'תש"ג), פון סאנוק.
- מרת אלטע מלכה, די ווייב פון רבי ברכיה טייטלבוים (ה'תרכ"ה (אומגעפער) - י"ב ניסן ה'תרע"ז), א זון פון רבי משה יוסף טייטלבוים, רב אין איהעל.
- רבי יוסף שפירא (ה'תרכ"ח - ז' חשוון ה'תר"ן).
- מרת באשא הי"ד, די ווייב פון רבי מאיר שפירא הי"ד (ה'תרמ"ד (אומגעפער) - ה'תש"ב (אומגעפער) ), דער לעצטער רב אין בלאזשאוו.
- רבי יהושע שפירא (י' סיון ה'תרכ"ב - י"ב אדר א' ה'תרצ"ב) , רב אין ריבאטוטש.
- רבי צבי אלימלך שפירא (ה'תר"א - ה' ניסן ה'תרפ"ד), רב אין בלאזשאוו.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ בלאזשאווער רבי אוועק, אויף JDN וועבזייטל (אויף העברעיש)
חסידישע הויפן | ||
---|---|---|
אוקראינע: | ||
פוילן: | ||
מזרח-גאליציע: | ||
מערב-גאליציע: | ||
וואלין: | ||
ליטע/רייסן: | ||
רומעניע: | ||
אונגארן: | ||
אמעריקע: | ||
ירושלים: | ||
אנדערע: |