יצחק האלבערשטאם

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי יצחק האלבערשטאם זצ"ל (ה'תר"ם - כ"ט אלול ה'תש"ג), פון בארדיאוו

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי איציקל איז געבוירן אין יאר ה'תר"ם (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב משה האלבערשטאם, רב אין בארדיאוו, א זון פון הרב ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת רחל פייגא א טאכטער פון הרב אהרן האלבערשטאם, דער קרייזער רב, א זון פון דברי חיים.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי איציקל האט זיך איבערגעצויגן פאר די צווייטער וועלט מלחמה קיין אמעריקא, דארט האט ער ווייטער אנגעפירט דאס בארדיאווער רביסטיווע.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי איציקל איז נפטר געווארן ערב ראש השנה כ"ט אלול ה'תש"ג.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי איציקל האט געהייראט מרת חנה א טאכטער פון הרב יהושע שפירא, רב אין ריבאטיטש, א זון פון הרב צבי אלימלך שפירא דער בלאזשאווער רב. זי איז נפטר געווארן ד' אייר ה'תש"י. זייערע קינדער:

  • הרב חיים משה האלבערשטאם, ער האט געהייראט בזיווג שני מרת מירל א טאכטער פון הרב אברהם דוד רובין לאנצהוטער רב אין קראון הייטס. זיין זון פון ערשטן זיווג:
  • ברוך אריה האלבערשטאם הי"ד
  • הרב ברוך האלבערשטאם ( - י' חשוון ה'תשל"ד), ער האט געהייראט מרת הענא א טאכטער פון הרב דויד שפירא א זון פון הרב יוסף שפירא רב אין דינאוו. זייערע קינדער:
  • הרב דוד האלבערשטאם.
  • הרב יצחק האלבערשטאם.
  • הרב יוסף האלבערשטאם, ער האט געהייראט מרת ביילא פרידמאן. זייערע קינדער:
  • מרת חנה די ווייב פון הרב אריה גראף.
  • הרב דוד האלבערשטאם.
  • מרת לאה.
  • הרב טוביה האלבערשטאם, ארויסגעבער פון ספר תורת בני יששכר, ער האט געהייראט מרת חנה אסנת א טאכטער פון הרב צבי אלימלך רוקח. זייערע קינדער:
  • מרת רבקה רחל
  • הרב יצחק יהושע האלבערשטאם
  • מרת מרים ברכה
  • מרת מרים רבקה, די ווייב פון הרב צבי אלימלך טייטלבוים, א זון פון הרב חיים יוסף טייטלבוים, הי"ד.
  • מרת פעשע, די ווייב פון הרב שמעון טענענבוים, הי"ד

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר