אהרן האלבערשטאם
רבי אהרן האלבערשטאם זצ"ל אבד"ק צאנז (ה'תקפ"ו – ר"ח מנחם אב ה'תרס"ג), באקאנט אלץ דער קרייזער רב, דער פערטער זון פון דברי חיים.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אהרן איז געבוירן אין יאר ה'תקפ"ו אין דער שטאט רודניק, גאליציע, צו זיין פאטער הרב חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת רחל פייגא א טאכטער פון הרב ברוך תאומים-פרענקל, דער ברוך טעם.
זיינע רבי'ס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אהרן האט זיך געהאלטן פאר א תלמיד מובהק פון הרב צבי הירש פון רימאנאוו, אויך איז ער געפארן צו הרב דוד טווערסקי פון טאלנא, צום שר שלום פון בעלזא, צו הרב אברהם טווערסקי דער טריסקער מגיד און צו דער רבי ר' מאיר פון פרימשלאן
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין יאר ה'תרי"ז איז רבי אהרן אויפגענומען געווארן דורך די קהילה פון די שטאט סאנז מיט די הסכמה פון זיין פאטער דער צאנזער רב, אלץ רב פון צאנז. דער צאנזער רב דער דברי חיים האט דעמאלטס געפרעגט די ראשי קהלה מיט א ווערטל אויב מיין זון וועט זיין רב וועל איך ווערען דער אלטער רב? וויי לאנג איך בין דא געווען רב איז נישט געווען קיין שום קינדער נפלים
נאך דער פטירה פון זיין פאטער דעם צאנזער רב, האט זיך געשאפן א דיסקוסיע איבער דעם צאנזער רבנות. היות דער שינאווער רב איז נישט געקומען די לעצטע יארען פון טאטען דער צאנזער רב קיין צאנז האט ער נישט געוויסט אז דער דברי חיים האט אנגעזאגט אז זיין זון רבי אהרן דער קרייזער רב זאל זיין זיין ממלא מקומו און אפילו געשיקט חסידים זאלן פארן צו אים, אבער זיין ברודער דער שינאוואער רב האט געהאלטן, אלס עלטסטער זון, געהערט דאס רבנות צו אים. נאך א פאר חדשים פון איבערמידליכע כוחות און בקשות פון דער גארליצע רב און זיין שוועסטער הרבנית נחמ'לע און נאך, האט דער שינאווער רב זיך איבער געשמוסט מיט ידידו רבי שלמה מונקאטשער וואס האט אים גע'עצה'עט צריק צו פארען קיין סטראפקוב ווי ער איז דעמאלטס געוועזן רב. אין א געלעגנהייט שפעטער איז דער שינאוואער רב געווען אין צאנז, איז ער געווען באזוכן דעם ברודער דער צאנזער רב רבי אהרן , שמועסנדיג אין קבלה, האט דער שינאוואער רב געגעבען א קלאפ אין טיש, אז ער איז מוחל אויף דעם צאנזער רבנות.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אהרן איז נפטר געווארן שבת קודש ר"ח מנחם אב ה'תרס"ג, אין ליגט אין צאנז אין פאטער'ס אהל.
אין חודש תמוז איז רבי אהרן געפארן קיין וויען זיך היילן, ליידער האבן די דאקטוירים אים נישט מער געקאנט העלפן, ער איז צוריק געקומען קיין צאנז. ערב שבת אדער א טאג פריער[1] נאכדעם וואס ער האט געלערנט אין זוהר הקדוש איבער פטירת אהרן הכהן, האט ער געבעטן אז מען זאל אים נעמען אין דער מקוה, דאן איז ער געגאנגען צו זיין שוועסטער מרת נחמה די ווייב פון הרב יצחק טוביה רובין - זי האט געוואוינט אין זייער פאטער'ס הויז - ער האט געקושט די ווענט און געזאגט פאר דער שוועסטער שיק מיט מיר א גרוס פאר'ן טאטן. שבת ביינאכט נאך קידוש איז ער נפטר געווארן, זי"ע.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אהרן האט געהייראט מרת חנה עלקא א טאכטער פון הרב יעקב וויינבערגער פון דוקלא. זייערע קינדער:
- מרת רחל פייגא, זי האט געהייראט הרב משה האלבערשטאם רב אין בארדיאוו.
- הרב שמואל שמעלקי האלבערשטאם, אין יאר ה'תרכ"א האט ער געהייראט א טאכטער פון הרב קלונימוס קלמן עפשטיין פון ניישטאט, אן איינציגער זון פון הרב יוסף ברוך עפשטיין, דער גוטער ייד פון ניישטאט, א זון פון הרב קלונימוס קלמן עפשטיין, דער מאור ושמש. ער איז נפטר געווארן ט' טבת ה'תרס"ג.
- הרב אריה לייביש האלבערשטאם (ה'תרי"א - כ"א אדר א' ה'תרצ"ה), רב אין גריבאוו און צאנז. ער האט חתונה געהאט בזיווג ראשון מיט מרת מלכה די טאכטער פון הרב משה הורוויץ רב אין ראזוואדאוו. בזיווג שני האט רבי אריה לייביש חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון הרב יצחק קאנער.
- הרב שלום האלבערשטאם, רב אין פיעקלא און ראב"ד אין צאנז, ער האט געהייראט מרת לאה א טאכטער פון הרב מאיר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, דער אמרי נועם. ער איז נפטר געווארן ה'תרצ"ד, אין ליגט נעבען דעם אהל פון צאנזער רב.
- מרת בת-שבע, טאכטער פון הרב שלום, די ווייב פון הרב ברוך קאנער פון טשחויוו א זון פון הרב יעקב שמשון הלוי קאנער. ער ליגט אין טבריה אין חלקת תלמידי הבעש"ט.
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- ↑ י"ג אורות