לדלג לתוכן

אריה לייבוש האלבערשטאם (צאנז)

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון אריה לייביש האלבערשטאם (צאנז))

רבי אריה לייבוש האלבערשטאם זצ"ל (ה'תרי"ב - כ"א אדר א' ה'תרצ"ג), רב אין גריבאוו און צאנז.

רבי לייבוש איז געבוירן אין יאר ה'תרי"ב צו זיין פאטער הרב אהרן האלבערשטאם, דער קרייזער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים, און צו זיין מוטער מרת חנה עלקא א טאכטער פון הנגיד הרב יעקב וויינבערגער פון דוקלא.

רבי לייבוש האט געלערנט ביים זיין זיידן דער דברי חיים, ער האט געזאגט אויף רבי לייביש אז ער האט א מח ווי דער ישועות יעקב.

אין יאר ה'תרמ"ו (אדער ה'תרמ"א) האט מען אויפגענומען רבי לייביש אלס רב אין גריבאוו. נאך זיין פאטער'ס פטירה אין יאר ה'תרס"ד, איז ער געווארן רב אין צאנז.

רבי לייבוש איז נפטר געווארן כ"א אדר א' ה'תרצ"ה, אין ליגט אין צאנז אין דעם צאנזער אוהל.

בזיווג ראשון האט רבי לייבוש געהייראט מרת מלכה א טאכטער פון הרב משה הורוויץ רב אין ראזוואדאוו. בזיווג שני האט רבי לייבוש געהייראט א טאכטער פון הרב יצחק קאנער. זיינע קינדער:

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר