אביגדור צבי האלבערשטאם
רבי אביגדור צבי האלבערשטאם הי"ד (ה'תרמ"ד - ה'תש"ב), רב אין אלט-צאנז און בארדיאוו
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אביגדור צבי איז געבוירן אין יאר ה'תרמ"ד, צו זיין פאטער הרב יחיאל נתן האלבערשטאם, רב אין בארדיאוו, א זון פון הרב משה האלבערשטאם, רב אין בארדיאוו, א זון פון הרב ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת ברכה רעכל בריינדל א טאכטער פון הרב אריה לייביש האלבערשטאם, רב אין דוקלא, א זון פון הרב דוד האלבערשטאם, דער קשאנאווער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין יאר ה'תרס"ד ווען זיין פאטער איז אריבער קיין בארדיאוו, איז רבי אביגדור צבי געווארן רב אין אלט-צאנז אויף זיין פאטער'ס ארט. נאך זיין פאטער'ס פטירה אין יאר ה'תרצ"ג האט מען אופגענימן רבי אביגדור צבי רב אין בארדיאוו.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אביגדור צבי איז אומגעקומען אויף קידוש השם, הי"ד.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אביגדור צבי האט געהייראט א טאכטער פון הרב אריה לייביש האלבערשטאם, רב אין גריבאוו, א זון פון זיין עלטער-פעטער הרב אהרן האלבערשטאם, דער קרייזער רב. זייערע קינדער:
- הרב בן-ציון האלבערשטאם, ער האט געהייראט מרת פייגא ביילא א טאכטער פון הרב מנחם מענדל הורוויץ (דער צווייטער), רב אין לינסק.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר