יחיאל נתן האלבערשטאם

פֿון װיקיפּעדיע

רבי יחיאל נתן האלבערשטאם זצ"ל (ה'תרכ"ה - ז' ניסן ה'תרצ"ד), רב אין בארדיאוו

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי יחיאל נתן איז געבוירן אין יאר ה'תרכ"ה, צו זיין פאטער הרב משה האלבערשטאם, רב אין בארדיאוו, א זון פון הרב ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים'. און צו זיין מוטער מרת רחל פייגא א טאכטער פון הרב אהרן האלבערשטאם, דער קרייזער רב, א זון פון דברי חיים.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי יחיאל נתן האט נאך אריין געכאפט צו קענען זיין זיידען דעם צאנזער רב, און זיך איינזאפּען מיט זיין קדושה. אין יאר ה'תרמ"ה איז ער געווען רב אין אלט-צאנז, אין יאר ה'תרס"ד איז ער געווארן רב אין בארדיאוו אויף זיין פאטער'ס ארט.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי יחיאל נתן איז נפטר געווארן, ז' ניסן ה'תרצ"ד, (אדער ה'תרצ"ג).

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי יחיאל נתן האט געהייראט מרת ברכה רעכל בריינדל א טאכטער פון הרב אריה לייביש האלבערשטאם, רב אין דוקלא, א זון פון זיין עלטער-פעטער הרב דוד האלבערשטאם, דער קשאנאווער רב. זייערע קינדער:

  • הרב יקותיאל יהודה האלבערשטאם הי"ד, רב אין גארליץ.
  • הרב יעקב האלבערשטאם הי"ד, פון סטריזשעוו, ער האט געהייראט מרת רחל א טאכטער פון הרב אלטער זאב הורוויץ רב אין סטריזשעוו. זיי זענען אומגעקומן אויף קידוש השם צוזאמען מיט זייערע דריי קינדער, הי"ד.
  • מרת עכסה, די ווייב פון הרב חנה צבי הירש רובין (ה'תרמ"ד - ה'תש"ג), סאטמארער רבי אין צאנז. זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער.
  • מרת יוכבד, די ווייב פון הרב יקותיאל יהודה האלבערשטאם בארדיאווער רב פון ברוקלין.
  • מרת אסתר, בזיווג ראשון די ווייב פון הרב חיים יוסף האלבערשטאם, א זון פון הרב יקותיאל יהודה האלבערשטאם, א זון פון בארדיאווער רב, בזיווג שני די ווייב פון הרב ישכר דוב ליפשיץ .
  • מרת חיה די ווייב פון הרב ישראל משה סילמאן דיין אין בארדיאוו.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר