סטריזשעוו

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
סטריזשעוו
Strzyżów
POL Strzyżów COA.svg
Strzyżów ze stoku narciarskiego.jpg
א באקוק אויף סטריזשעו
מדינה / טעריטאריע Flag of Poland.svg פוילן
גרינדונג דאטע 9טער י״ה
שטאט-רעכטן אין 1373
בירגערמייסטער מאריוש קאווא
שטח 13.89 קוואדראט ק"מ
באפעלקערונג (2010)

 ‑ אין שטעטל
 ‑ ענגקייט

8,782‏
623.3 באוואוינער א ק"מ2 
צייט זאנע UTC+1
http://www.strzyzow.pl

סטריזשעוו (פויליש: Strzyżów) איז א שטעטל אין דער  אונטערקארפאטישע וואיעוואדעשאפט אין פוילן, 160 קילאמעטער דרום מזרח פון קראקע, 75 קילאמעטער מערב פון פשעמישל און 30 קילאמעטער דרום מערב פון דער וואיעוואדעשאפט הויפטשטאט ריישע. דאס שטעטל געפינט זיך אין דעם טאל פונעם טייך וויסלאסק וואס איז א בייטייך פונעם סאן.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אין דעם 9טן יארהונדערט האט מען אויפגעשטעלט אין דעם געגנט א פעסטונג. 

פון 1776 ביז 1919 איז סטריזשעוו געווען איינגעשלאסן אין דעם שטח פון די עסטרייכער און  עסטרייך-אונגארן אימפעריעס. אין 1890 האט מען געבויט די אייזנבאן ליניע פון ריישע קיי יאסלא וואס איז אדורכגעגאנגען דורך סטריזשעוו, א זאך וואס האט געהאלפן צו זיין עקאנאמישן אנטוויקלונג. אין 1895 איז אויסגעבראכן א גרויסע שריפה אין סטריזשעוו וואס האט גורם געווען שווערע שאדן צו א טייל פון די הייזער וואס זענען געבויט געווארן פון האלץ; דערנאך האט מען ווידערגעבויט די הייזער מיט ציגלען. נאך דער  ערשטער וועלט-מלחמה איז סטריזשעוו אריבער צו דער צווייטער פוילישער רעפובליק. ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה האט די ווערמאכט איינגענומען דאס שטעטל און האט פארטריבן אלע יידישע איינוואוינער צו די טויט לאגערן.

אין די  1960ער יארן האט אונגעהויבן עקאנאמישע אנטוויקלונג אין שטעטל און מען האט אויפגעשטעלט פאבריקן. נאך ווען די קאמוניסטישע רעגירונג איז איינגעפאלן איז די עקאנאמיע געווארן שוואכער.

יידישע געמיינדע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אנהייב פון דער קהילה[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

יידן האבן ערשט זיך באזעצט אין דעם ארט אין אנהייב דעם  17טן יארהונדערט. דער ערשטער דאקומענט וואס באווייזט אויף יידן אין שטעטל איז פון יאר 1606. סטריזשעוו איז געווען אריינגערעכנט אין די רשימות פון דעם ועד ארבע ארצות. אין 1657 האט  געארג ראקושי פרינץ פון  טראנסילוואניע אינוואדירט דעם געגנט און האט פארטיליגט דאס שטעטל. אין 1673 האבן 20 יידישע זיך באזעצט אין שטעטל.‏[1] שפעטער האט מען אויפגעשטעלט א  בית עולם, און די עלצטע מצבה איז פון 1742. אין 1747 האט די קהילה געציילט 350 נפשות וואס איז געווען העלפט פון די איינוואוינער פון שטעטל, און אין 1785 האבן געוואוינט אין סטריזשעוו 508 יידן וואס זענען געווען א דריטל פון די איינוואוינער.‏[2] דאן איז די קהילה געווען אינגאנצן אומאפהענגיק מיט אן אייגענע שול און בית מדרש.

רבנים פון שטעטל[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

זאס שטעטל איז שטארק באוואוסט מיט זיינע רבנים און למדנים. די רבנים פון שטעטל זענען געווען (פון 1782) הרב אברהם אריה לייב הלוי בן יהודה (רבי פון הרב משה טייטלבוים דער "ישמח משה"), הרב שמואל הלוי גאלאנטי, הרב נפתלי צבי הורוויץ פון ראפשיץ, הרב צבי אלימלך שפירא פון דינאוו (דער ״בני יששכר״), הרב אלעזר שפירא פון לאנצהוט, זון פון  של רבי צבי אלימלך (האט געדינט אלס רב פון 1838 ביז 1857, דערנאך איז ער אריבער קיין לאנצהוט), הרב ישראל דב גילערנטער בעל ה"רביד הזהב" תלמידו פון הרב נפתלי ראפשיצער  הרב שלמה שפירא (ערשטער מונקאטשער רבי) זון פון הרב אלעזר שפירא.

צווילינג שטעט[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

סטריזשעוו האט די פאלגנדע צווילינג שטעט:‏[3]

גאלעריע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]