לדלג לתוכן

וואיעוואדעשאפט

פֿון װיקיפּעדיע

א וואיעוואדעשאַפֿט (פּויליש: województwo) איז דער העכסטער־ראנג פארוואלטונג באצירק, אדער א פראווינץ, פון פוילן. די היינטיקע 16 וואיעוואדעשאפטן פון פוילן זענען פעסטגעשטעלט געווארן דעם 1טן יאנואר 1999 און האבן די נעמען פון די היסטארישע פראווינצן פון פוילן. די גרעסטע וואיעוואדעשאפט איז מאזאוויע מיט א שטח פון 35,000 קוואדראט ק"מ און א באפעלקערונג איבער 5 מיליאן. די וואיעוואדעשאפט מיטן קלענסטן שטח איז אפאלע מיט 10,000 קוואדראט ק"מ, און די קלענסטע באפעלקערונג (1 מיליאן) געפינט זיך אין לובוש.

א וואיעוואדעשאפט ווערט געפירט דורך א גובערנאטאר (דער "וואיוואד"), א געוויילטע פארזאמלונג (דער "סיימיק") און אן עקסעקוטיוו. א וואיעוואדעשאפט ווערט צעטיילט אין גראפנשאפטן ("פאוויאט").

רשימה פון וואיעוואדעשאפטן

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]



וואיעוואדעשאפט (פראווינץ)הויפטשטאט (אדער שטעט)שטח
(ק"מ)
פויליש
גרויספוילןWielkopolskieפויזן29,826
קואיאוויע-פאמעראניעKujawsko-Pomorskie בידגאש / טארון17,972
קליינפוילןMałopolskieקראקע15,183
לאדזשŁódzkieלאדזש18,219
אונטערשלעזיעDolnośląskieווראצלאוו19,947
לובליןLubelskieלובלין25,122
לובושLubuskieGorzów Wielkopolski / Zielona Góra13,988
מאזאוויעMazowieckieווארשע35,558
אפאלעOpolskieאפאלע9,412
פאדלאכיעPodlaskieביאליסטאק20,187
פאמעראניעPomorskieדאנציג18,310
שלעזיעŚląskieקאטאוויץ12,333
אונטער-קארפאטיעPodkarpackieריישע17,846
שווענטאקזשיסקיעŚwiętokrzyskieקעלץ11,711
ווארמיע-מאזוריעWarmińsko-Mazurskie אלשטין24,173
מערב פאמעראניעZachodniopomorskie שטעטין22,892
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: וואיעוואדעשאפט