לדלג לתוכן

לובלינער וואיעוואדעשאפט

פֿון װיקיפּעדיע
לובלינער וואיעוואָדעשאַפט (וואיעוואָדעשאַפט)
Województwo lubelskie
מדינה / טעריטאָריע פּוילן
גרינדונג דאַטע 1999
הויפּטשטאָט פון וואיעוואָדעשאַפט לובלין
שטח 25,155 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין וואיעוואָדעשאַפט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

2,135,715‏  (שטייענדיג 2016)
85 באוואוינער א ק"מ2
www.lubelskie.pl

די לובלינער וואיעוואָדעשאַפט (פּויליש: województwo lubelskie וואיעוואָדזטווא לובעלסקיע), אויך לובלינער גובערניע, איז א וואיעוואדעשאפט (פראווינץ) אין מזרח פוילן. זי איז איינע פון די זעכצן פוילישע וואיעוואדעשאפטן געשאפן אין 1999, מיט א שטח פון 25,155 קוואדראט ק"מ און א באפעלקערונג פון 2,135,715 מיליאן באוואוינער. די הויפטשטאט פון דער וואיעוואָדעשאַפט איז לובלין (354,272); אנדערע פרינציפעלע שטעט זענען כעלם (67,989) אין מזרח, זאמאשטש (66,613) אין דרום און ביאלע (58,010) אין צפון.

די וואיעוואדעשאפט איז געשאפן געווארן דעם 1טן יאנואר 1999 פון די געוועזענער לובלינער, כעלמער, זאמאשטשער און ביאלער וואיעוואדעשאפטן, צוזאמען מיט טייל פון די טארנאבזשגער און שעדליצער וואיעוואדעשאפטן. דער נאמען פון דער פראווינץ שטאמט פון דער הויפטשטאט און גרעסטער שטאט, לובלין, און איר טעריטאריע נעמט איין טיילן פון פיר היסטארישע לענדער: דער מערב טייל, כולל די שטאט לובלין, געהערט צו קליינפוילן, דער מזרח טייל צו רויט-רוטעניע, און צפון־מזרח צו פאלעסיע און פאדלאכיע.

לאדזשיע גרענעצט די אונטערקארפאטישער וואיעוואדעשאפט צו דרום, שווענטאקזשיסקיע צו דרום-מערב, די מאזאוויער וואיעוואדעשאפט צו מערב און צפון, פאדלאכיע צו צפון (א קורצער שטיק), און צו מזרח די לענדער בעלארוס און אוקראינע.

היסטארישער צענטער פון לובלין
די זאמאשטש אלטשטאט איז אן אונעסקא וועלט ירושה ארט
Radziwiłł Castle Complex in Biała Podlaska
טשארטאריסקי פאלאץ אין פילעוו
דער פאטאצקי פאמיליע פאלאץ אין מעזריטשט
די שטאט קאזמיר איז Poland's official national Historic Monument

אין דער גובערניע געפינען זיך 42 שטעט און שטעטלעך. זיי ווערן אויסגערעכנט אונטן מיט זייער באפעלקערונג, פון גרעסטן אראפ (לויט די אפיציעלע ציילן פון 2006:[1]


וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: לובלינער וואיעוואדעשאפט
  1. Polish government statistical report, 2006. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 2008-05-05.