גרויספוילישע וואיעוואדעשאפט
מראה
די גרויספוילישע וואיעוואדעשאפט (פּויליש: Wielkopolskie וויעלקאפאלסקיע) איז א וואיעוואדעשאפט (פראווינץ) אין מערב־צענטראל פוילן. זי איז געשאפן געווארן דעם 1טן יאנואר 1999 פון די געוועזענער פאזנער, קאלישער, קאנינער, פילער און ליסער וואיעוואדעשאפטן. דער נאמען פון דער פראווינץ שטאמט פון דעם היסטארישן גרויספוילן ראיאן. די היינטיקע פראווינץ נעמט איין דעם מערסטן טייל פונעם היסטארישן ראיאן.
די גרויספוילישע וואיעוואדעשאפט איז די צווייטע גרעסטע אין שטח און די דריטע לויט באפעלקערונג צווישן פוילנ'ס זעכצן וואיעוואדעשאפטן, מיט א שטח פון 29826 קוואדראט ק"מ א באפעלקערונג פון קנאפע 3.4 מיליאן. די הויפטשטעט איז פויזן; אנדערע חשובע שטעט זענען קאליש, קאנין, פילא, גרויספוילישע אסטראוו און גנעזן (די ערשטע הויפשטאט פון פוילן).