לדלג לתוכן

משה טייטלבוים (ישמח משה)

פֿון װיקיפּעדיע
משה טייטלבוים
געבורט 1759
ה'תקי"ט
פשעמישל, פויליש-ליטווישע קאמאנוועלט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 16 יולי 1841 (אלט 82 בערך)
כ"ח תמוז ה'תר"א רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט איהעל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה עסטרייכער אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי משה טייטלבוים (ה'תקי"ט - כ"ח תמוז ה'תר"א), איז א רבי פון איהעל, באקאנט אלס "דער ישמח משה".

רבי משה איז געבוירן געװארן אין פרעמישלא (פשעמישל), גאליציע, אין יאר ה'תקי"ט, צו זיין טאטן הרב צבי הירש שיף, און צו זיין מאמען חנה.

כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית חיה שרה ע"ה די טאכטער פון הנגיד ר' ניסן פון פרעמישלא. ער איז נתקרב געווארן צו חסידות דורך זיין איידעם, ווערנדיג א תלמיד מובהק פונעם הייליגן חוזה פון לובלין. עס איז באקאנט אז איידער דער ישמח משה האט גענצליך מחליט געווען אנצונעמען דעם דרך החסידות האט ביי אים געעגבערט א הארבע קשיא אויף די חסידים: היתכן חסידים זענען שטענדיג פרייליך, דער מחבר פסקנ'ט דאך "ראוי לכל ירא שמים להיות מיצר ודואג על חורבן בית המקדש". האט ער געקלערט ער וועט פרעגן דעם חוזה די קשיא און אויב ער וועט אים ענטפערן א תשובה הוגנת וועט ער אננעמען חסידות. אריינקומענדיג צום חוזה, זאגט אים דער הייליגער חוזה "חסידים זענען אבלם בלבם וצהלתם בפניהם" ער האט תיכף תופס געווען זיין מחשבה און בטוב טעם פארשטיין געגעבן פאר'ן ישמח משה וואס אים האט געארט.

דער ישמח משה איז געווען פון די ערשטע חסידישע רבי'ס אויפן אונגארישן באדן איינפלאצנדיג די ערשטע קערנדליך פון חסידות פאר די קומענדיגע הונדערט יאר אין אונגארן ווען ער איז אויפגענומען פאר רב אין איהעל, אונגארן אין יאר תקע"ח. צו דער זעלבער צייט איז דער ישמח משה געווען א תל תלפיות שכל פיות אליו פונים צו וועם מ'האט זיך געוואנדן פון נאנט און ווייט מיט שאלות בהלכה ווי מען זעהט אין זיין חיבור "שו"ת השיב משה", ווי אויך מיט פארשידענע פראבלעמען זייענדיג באקאנט אלס א גרויסער פועל ישועות מיט זיינע הייליגע קמיעות.

פון צווישן די וואס האבן זיך מזכיר געווען ביים ישמח משה איז באקאנט דאס אז דער גרויסער חתם סופר, ווען זיין זון שמואל בנימין, דער שפעטערדיגער כתב סופר, איז אלס יונג קינד שטערבליך קראנק געווען, האט ער געשיקט מזכיר זיין צום ישמח משה ז"ל און נאכ'ן מוסיף זיין א נעמען אברהם על שמו איז ער וואונדערליך אויסגעהיילט געווארן, א זאך וואס האט בשעתו געהאט גאר א שטארקן אפקלאנג.

אויך דער באוואוסטער אונגארישער פרייהייט קעמפער לאיאש קאשוט איז אויסגעהיילט געווארן פונעם ישמח משה'ס א ברכה, און איז דערפאר געווען א גרויסער אוהב ישראל.

רבי משה האט געלערנט ביי זיין פעטער הרב אברהם אריה לייב, סטריזשעווער רב, מחבר פונעם ספר "דרישות הארי". ער איז געווארן רב אין שינאווא נאכן רבין רבי שמעלקא פון ניקאלשבורג.‏[1] דורכן איינפלוס פון זיין איידעם דער אריה דבי עילאי איז ער דערנענטערט געווארן צו ווערן א תלמיד פון דעם חוזה פון לובלין.

אין יאר ה'תקע"ח איז רבי משה אויפגענומען געווארן אלס רב אין איהעל.

רבי משה איז נפטר געווארן כ"ח תמוז ה'תר"א, און ליגט אין איהעל וואו מען האט געבויט אן אוהל אויף זיין קבר.

אויף דער לינקער זייט ליגט זיין רביצין חיה שרה ע"ה וועלכע איז נפטר געווארן ער"ח ניסן ה'ת"ר.

רבי משה האט געהייראט מרת חיה שרה א טאכטער פון הרב ניסן, רב אין פרעמישלא. זייערע קינדער:

  • ישמח משה - תנ"ך
  • השיב משה - שו"ת
  • תפלה למשה - תהלים

אויך האט דער ישמח משה פארפאסט א תפלה צו זאגן ארויפגייענדיג אויפ'ן ציון פון א רבי באקאנט אלס "שלום עליך", און סגולות לפרנסה ולשמירה וועלכע זענען מקובל בכל תפוצות ישראל.

  1. דער רבי ר' שמעלקא האט איבערגעלאזט שינאווא אין תקל"ג.