אלעזר ניסן טייטלבוים
רבי אלעזר ניסן טייטלבוים (ה'תקמ"ו - ח' תשרי ה'תרט"ו) רב אין דראהאביטש.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אלעזר ניסן איז געבוירן אין שינאווא אין יאר ה'תקמ"ו, צו זיין פאטער הרב משה טייטלבוים דער ישמח משה און צו זיין מוטער מרת חיה שרה א טאכטער פון הרב ניסן.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין יאר ה'תקצ"ד האט מען אויפגענומען רבי אלעזר ניסן רב אין סיגעט, ווען מען האט אים אוועק געשטיפט פון דארט האט זיין פאטער געזארגט מען זאל אויפנעמן רבי אלעזר ניסן רב אין מונקאטש.
נאך זיין פאטער'ס פטירה האט מען פארגעשלאגן פאר רבי אלעזר ניסן דאס רבנות אין איהעל אויף זיין פאטער'ס פלאץ, ער האט זיי אבער איינגעטראגן צו נעמען זיין זון דעם ייטב לב און ער האט אנגענומען צו זיין רב אין דראהאביטש.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אלעזר ניסן איז נפטר געווארן ח' תשרי ה'תרט"ו אין דראהביטש.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אלעזר ניסן האט געהייראט מרת רויזא בלימא א טאכטער פון הרב אהרן רב אין חאדאראוו. זייערע קינדער:
- הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים (ה'תקס"ח - ו' אלול ה'תרמ"ג) רב אין סיגעט, באקאנט אלס דער „ייטב לב".
- הרב שמואל טייטלבוים (ה'תקע"ד (אומגעפער) - ט' חשוון ה'תרמ"ט), רב אין גארליץ.
- הרב נחום צבי טייטלבוים, רב אין דראהאביטש.
- מרת חנה רחל, די ווייב פון הרב ישראל הכהן ראפאפארט, רב אין טארנא.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר