שמואל טייטלבוים (גארליץ)
רבי שמואל טייטלבוים (ה'תקע"ד - ט' חשוון ה'תרמ"ט), רב אין גארליץ.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי שמואל איז געבוירן און יאר ה'תקע"ד (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב אלעזר ניסן טייטלבוים, רב אין דראהאביטש, א זון פון הרב משה טייטלבוים דער ישמח משה. און צו זיין מוטער מרת רויזא בלימא א טאכטער פון הרב אהרן, רב אין חאדאראוו.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין יאר ה'תרט"ז ווען רבי שמואל'ס ברודער דער ייטב לב איז אריבער פון גארליץ קיין דראהאביטש, האט ער געוואלט איבער געגעבן דאס רבנות פון גארליץ פאר זיין איידעם הרב ברוך האלבערשטאם. אבער וויבאלד די שטאט הענדלערס האבן פארלאנגט מען זאל אויפנעמען א רב מיט מער ערפארונג, האט דער צאנזער רב געהייסען זיין זון רבי ברוך'ל אריבער צוהען זיך קיין רודניק, און ער האט געשיקט רבי שמואל ווערען רב אין גארליץ.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי שמואל איז נפטר געווארן אין קראקא ט' חשוון ה'תרמ"ט.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי שמואל האט געהייראט א טאכטער פון הרב מנחם מענדל הורוויץ פון סקאהל, אן אייניקל פון רבי מענדלע לינסקער. זייערע קינדער:
- הרב ישראל יעקב יוקיל טייטלבוים (ה'ת"ר - ט"ו אלול ה'תרפ"ד), רב אין וואלאווע
- הרב ארי' לייביש טייטלבוים פון איהעל
- הרב יוסף טייטלבוים (ה'תר"ך (אומגעפער) - ה'תר"ץ (אומגעפער) ), רב אין ניעפולומיץ. ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב יחזקאל שרגא פייביש תאומים–פרענקל (ה'תק"ף (אומגעפער) - ג' שבט ה'תרמ"ה), דיין אין וויעליטשקא. זייערע קינדער:
- הרב משה טייטלבוים, פון איהעל.
- הרב חיים טייטלבוים, דיין פון קראקא.
- הרב יעקב טייטלבוים, רב אין ניעפולומיץ.
- הרב נפתלי טייטלבוים, פון גארליץ
- הרב אהרן טייטלבוים, פון גארליץ
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר