אריה לייביש ליפשיץ
רבי אריה לייביש ליפשיץ זצ"ל, (ה'תקכ"ז - י"ז טבת ה'תר"ו), רב אין ווישניצא, דער אריה דבי עילאי, באקאנט אלס רבי לייביש חריף.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי לייביש איז געבוירן אין יעראסלאוו אין יאר ה'תקכ"ז (אומגעפער) צו זיין פאטער ר׳ חיים ליפשיץ (ר׳ חיים ״ציצית מאכער״),[1] אן אייניקל פון הרב נתן נטע שפירא, דער מגלה עמוקות. אויף זיין טאטע'ן האט שוין דער רבי פון לובלין מעיד געוועהן אז ער איז א בעל רוח הקודש.
ביי די ניין יאר האט ער שוין גע'שמ'ט אלס עילוי און בקי אין ש"ס בבלי און ירושלמי, און איז דעמאלטס געווארן א תלמיד פון הגאון המפו' רבי יצחק חריף אבד"ק סאמבור בעמח"ס שו"ת פני יצחק. שפעטער איז ער געווארן א תלמיד פון קצות החושן.
זיין רבי אין חסידות איז געווען דער חוזה, אויך איז ער געפארן צום קאזשניצער מגיד און רבי מענדעלע רימאנאווער.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין יאר ה'תר"ס איז רבי לייביש געווארן רב אין קרעשאוו, נאכהער אין בילגוריי, אין יאר ה'תקס"ח ווען זיין שווער דער ישמח משה איז געווארן רב אין אוהעל האט רבי לייביש איבער גענומען דאס רבנות אין שינאווא, אין יאר ה'תק"ץ איז רבי לייביש אויפגענומען געווארן רב אין ווישניצא און איר אומגעגנט (אריין רעכנדיג בריגעל און באכניא). חול המועד סוכות ה'תקצ"ח איז רבי לייביש פארטריבן געווארן פון ווישניצא אין ער האט זיך באזעצט אין בריגעל.
צווישן די וועלכע זענען געפאָרן צום אריה דבי עילאי זענען אויך געווען די צדיקים: רבי מרדכי דוד דאמבראווער, רבי בעריש אָשפיצינער, רבי שלום קאמינקער, רבי הערש משרת פון רימאנאוו, רבי אשר'ל ראפשיצער, דער צאנזער רב, רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, רבי אָרון קראקאווער און זיינע קינדער.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי לייביש איז נפטר געווארן י"ז טבת ה'תר"ו אין בריגעל.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי לייביש האט געהייראט בזיווג ראשון די טאכטער פון א נגיד אין פרעמישלא, וואס האט געזוכט אן איידעם א למדן; אבער זי האט געוואלט אז ער זאל עוסק זיין אין מסחר, און זיי האבן זיך גע׳גט.
בזיווג שני האט ער געהייראט מרת חנה אן איינציגע טאכטער (בת יחידה) פון הרב משה טייטלבוים דער ישמח משה. זיינע קינדער:
- הרב משולם זלמן יהונתן ליפשיץ (ה'תק"ן (אומגעפער) - א' אלול ה'תרט"ו), רב אין בריגעל, ער האט געהייראט מרת פריידא א טאכטער פון הרב אברהם חיים הורוויץ (דער ערשטער), רב אין לינסק. זייערע קינדער:
- הרב ירוחם טייטלבוים (ה'תקפ"ג - ו' ניסן ה'תרנ"ט), פון טארנא, ער ליגט אין הר הזיתים.
- הרב אריה לייביש טייטלבוים (ה'ת"ר - י"ז אלול ה'תרפ"ג), רב אין קרעשאוו און רודניק. ער האט געהייראט מרת יוכבד רבקה, א טאכטער פון הרב ברוך האלבערשטאם, רב אין גארליץ.
- מרת ביילא, די ווייב פון הרב בצלאל ישעיה בערנשטיין, דיין אין ירושלים.
- [2] די ווייב פון הרב נפתלי טייטלבוים, א זון פון איר שוועסטער-קינד הרב מנשה טייטלבוים, ראש בית דין אין בריגעל.
- מרת חנה די ווייב פון הרב רפאל גוטווירטה, פון ראדאמישל.
- הרב טוביה ליפשיץ (י"ד ניסן ה'תקפ"ה - ח' אדר ה'תרע"ב), ממלא מקום פון פאטער, רב אין בריגעל. ער האט געהייראט מרת מינדל א טאכטער פון הרב ישראל יצחק פינקלער פון ראדאשיץ. זייערע קינדער:
- מרת חנה, די ווייב פון הרב מנשה טייטלבוים ראש בית דין אין בריגעל.
- מרת אסתר, די ווייב פון הרב מנחם מענדל שפירא רב אין בערהאמעט.
- מרת צירל, די ווייב פון הרב נח שיף.
- הרב מאיר ליפשיץ פון קראקא.
- ר משה ליפשיץ פון קראקא.
- ר אליעזר ליפשיץ פון קראקא.
- מרת חנה די ווייב פון ר יוסף גערטנער [3].
- מרת רבקה, די ווייב פון הרב מאיר שפיץ.
- הרב יעקב שפיץ, פון קאלאמיי.
- מרת חיה שרה, די ווייב פון הרב ישראל מאיר ליפשיץ, פון יאנאוו, א זון פון איר פעטער הרב חיים דוב בעריש ליפשיץ.
- מרת מירל, די ווייב פון הרב אברהם כ"ץ שענורער.
- הרב ניסן כ"ץ שענורער רב אין זעקלטשין.
- הרב ירוחם טייטלבוים (ה'תקפ"ג - ו' ניסן ה'תרנ"ט), פון טארנא, ער ליגט אין הר הזיתים.
- הרב חיים דוב בעריש ליפשיץ (ה'תקנ"ה (אומגעפער) - כ"ג תשרי ה'תר"י), רב אין יאנוב, ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב יוסף קעזוס, רב אין יאנוב און חעלם. זייערע קינדער:
- הרב ישראל מאיר ליפשיץ רב אין יאנוב. ער האט געהייראט מרת חיה שרה א טאכטער פון זיין פעטער הרב משולם זלמן יהונתן ליפשיץ, רב אין בריגעל. זייערע קינדער:
- מרת פעסיל די ווייב פון הרב שמואל האלבערשטאם פון בארדיאוו.
- הרב יוסף זכריה מנחם ליפשיץ, רב אין סליפיא.
- הרב משה ליפשיץ פון יאנוב.
- הרב ישראל מאיר ליפשיץ רב אין יאנוב. ער האט געהייראט מרת חיה שרה א טאכטער פון זיין פעטער הרב משולם זלמן יהונתן ליפשיץ, רב אין בריגעל. זייערע קינדער:
- הרב אהרן זעליג ליפשיץ (ה'תק"ס (אומגעפער) - כ' סיון ה'תרל"ח), ממלא מקום פון פאטער, רב אין ווישניצא. ער האט געהייראט מרת הינדא [4] א טאכטער פון הרב יהושע העשיל תאומים-פרענקל פון קאמארנא. ער ליגט אין ווישניצא
- הרב שמואל יוסף ליפשיץ, פון ראדאמישל.
- הרב נתן נטע דוב ליפשיץ, פון וויעלעפאלי. ער ליגט אין ווישניצא
- הרב צבי יונה ליפשיץ, פון ווישניצא.
- מרת רעכיל, די ווייב פון הרב אפרים פון ראדאשיץ
- מרת שרה טאבא, די ווייב פון הרב משה קראקאווער.
- מרת רחמה, די ווייב פון הרב דוד וועבער.
- מרת קיילא, בזיווג שני די ווייב פון הרב יהודה פון דעמביץ.
- מרת חיה לאה בזיווג ראשון די ווייב פון הרב פייוויש היילפרין פון ברעזאן. בזיווג שני די ווייב פון הרב שמחה באכנער
- מרת טאבא ( - ה'תקצ"ט), די ווייב פון הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם, דער שינאווער רב, בזיווג ראשון.
- די ווייב פון הרב מרדכי זילבערשטיין, רב אין האלאשיץ (דער שווער פון שינאווער רב בזיווג שני).
זיינע ספרים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- שו"ת אריה דבי עילאי
- ארי שבחבורה - על מסכת כתובות
- חדושי אריה דבי עילאי - על מסכת קידושין, יומא, מנחות, קנים, נדה
- עטרת זקנים - כללי הש"ס
- קונטרס אריה דבי עילאי - הלכות פסח
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ארי שבחבורה - תולדות המחבר
- שו"ת אריה דבי עילאי - דברים אחדים
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר