לדלג לתוכן

שמואל האלבערשטאם (בארדיוב)

פֿון װיקיפּעדיע

רבי שמואל האלבערשטאם זצ"ל (ה'תרכ"ו - ה'תש"ד), פון בארדיאוו

רבי שמואל איז געבוירן אין יאר ה'תרכ"ו (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב משה האלבערשטאם, רב אין בארדיאוו, א זון פון הרב ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת רחל פייגא א טאכטער פון הרב אהרן האלבערשטאם, דער קרייזער רב, א זון פון דברי חיים.

אין יאר ה'תרס"ב האט רבי שמואל געדריקט דעם ספר פון זיין זיידען שו"ת דברי חיים, ער איז געווען דער גבאי פון קופת רבי מאיר בעל הנס אין בארדיאוו.

רבי שמואל איז אומגעקומען אין דער צווייטער וועלט מלחמה, הי"ד.

רבי שמואל האט געהייראט מרת פעסיל א טאכטער פון הרב מאיר ליפשיץ, פון יאנאוו. זייערע קינדער:

  • הרב ברוך האלבערשטאם הי"ד.
  • מרת חנה עלקא הי"ד.
  • הרב משה דוד האלבערשטאם הי"ד.
  • מרת חיה שרה די ווייב פון הרב שלמה גרינוואלד פון פרעשבורג.
  • מרת פריידא מרים די ווייב פון הרב יעקב וויינמאן פון טאראנטא.
  • מרת פעסיל ברכה די ווייב פון רבי דוד לעדערבערגער פון פאריז.
  • הרב ישראל מאיר האלבערשטאם הי"ד.
  • מרת רחל פייגא די ווייב פון רבי נחום צבי הורוויץ פון ריגליץ.
  • הרב חיים אהרן האלבערשטאם הי"ד.
  • הרב פנחס האלבערשטאם פון חיפה.
  • מרת יוכבד, די ווייב פון הרב דוד משה האלבערשטאם, בארדיאווער רב פון ברוקלין.
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר