יוסף שפירא (דינאוו)
מראה
רבי יוסף שפירא זצ"ל (ה'תר"ך - י"ז אדר א' ה'תרצ"ב), רב אין דינאוו.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יוסף איז געבוירן אין יאר ה'תר"ך (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב צבי אלימלך שפירא, רב אין בערטש א זון פון הרב אלעזר שפירא, רב אין לאנצהוט, א זון פון הרב צבי אלימלך שפירא, דער בני יששכר. און צו זיין מוטער מרת פריידא א טאכטער פון הרב יהודה הורוויץ, א זון פון הרב יעקב הורוויץ רב אין מעליץ.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יוסף איז געווען רב אין דינאוו אויף זיין שווער'ס ארט.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יוסף איז נפטר געווארן י"ז אדר א' ה'תרצ"ב.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יוסף האט געהייראט מרת חנה מינדל א טאכטער פון הרב ישעיה נפתלי הירץ שפירא, רב אין דינאוו. זייערע קינדער:
- הרב דוד שפירא ( - כ"ו תשרי ה'תרצ"ג), רב אין דינאוו, ער האט געהייראט מרת חיה טויבא א טאכטער פון מאיר יהודה שפירא, רב אין בוקאווסק.
- הרב אלעזר שפירא, ער האט געהייראט מרת נחמה א טאכטער פון הרב יהודה אונגאר רב אין סאקאלאוו
- מרת שרה, די ווייב פון הרב חיים דוב בעריש האלבערשטאם (ה'תרנ"א - ה'תשל"א), בארדיאווער רבי אין ברוקלין, א זון פון הרב שמואל האלבערשטאם פון בארדיאוו.
- מרת הענא, די ווייב פון הרב דוד משה האלבערשטאם (ה'תר"ן - ה'תשל"א), דינאווער רבי אין אמעריקא, א זון פון הרב אלישע האלבערשטאם רב אין גארליץ.
- מרת פריידא, די ווייב פון הרב משה אליהו זיידא סאפרין.
- מרת גיטל, די ווייב פון הרב אלעזר רוקח פון ליבוטשויב.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר