יהודה הורוויץ (מעליץ)
מראה
רבי יהודה הורוויץ זצ"ל (ה'תק"ף - ט' טבת ה'תרל"ט), רב אין מעליץ.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יהודה'לע איז געבוירן אין יאר ה'תק"ף, צו זיין פאטער הרב יעקב הורוויץ, רב אין מעליץ, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב, א זון פון מנחם מענדל רובין, רב אין לינסק באקאנט אלס רבי מענדעלע לינסקער. און צו זיין מוטער מרת רבקה א טאכטער פון הרב אברהם מרדכי פון פינטשאוו.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין יאר ה'תקצ"ט נאך די פטירה פון זיין פאטער, איז רבי יהודה'לע אויפגענומען געווארן אלס רב אין מעליץ אויף זיין פאטער'ס ארט. רבי יהודה'לע איז געווען א תלמיד פון דברי חיים און פון זיין פעטער רבי אליעזר'ל דזשיקאווער.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יהודה'לע איז נפטר ט' טבת ה'תרל"ט.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יהודה'לע האט געהייראט א טאכטער פון הרב חיים מאיר יחיאל שפירא, דער שרף פון מאגלניצא. זיינע קינדער:
- הרב ישראל הורוויץ (ה'תר"י (אומגעפער) - ה'תר"ס (אומגעפער) ), פון מעליץ, ער האט געהייראט מרת מלכה א טאכטער פון הרב מאיר הורוויץ דער אמרי נועם.
- מרת פרידא, די ווייב פון הרב צבי אלימלך שפירא רב אין בערטש.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר