ישראל הורוויץ (מעליץ)

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי ישראל הורוויץ זצ"ל (ה'תר"יה'תר"ס) איז געווען דער דזשיקאווער רב פון מעליץ.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי ישראל איז געבוירן אין יאר ה'תר"י (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב יהודה הורוויץ, א זון פון הרב יעקב הורוויץ, רב אין מעליץ, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב חיים מאיר יחיאל, דער שרף פון מאגלניצא (אן איידעם פון הרב אלעזר פון ליזשענסק, א זון פון נועם אלימלך), א זון פון הרב אבי עזרא זעליג פון גרעניץ, דער איידעם פונעם קאזשניצער מגיד.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

נאך זיין פאטער'ס פטירה אין יאר ה'תרל"ט האט רבי ישראל געהאלטן אז דאס מעליצער רבנות געהערט צו אים, אבער זיין ברודער רבי נפתלי האט שוין דאס פריער איבערגענומען, ער האט זיך געעפענט אן אייגן בית המדרש, וואו ס'האט געדאווענט די דזשיקאווער חסידים.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי ישראל איז נפטר געווארן יונג אומגעפער אין יאר ה'תר"ס.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי ישראל האט געהייראט מרת מלכה א טאכטער פון הרב מאיר הורוויץ, דער אמרי נועם. זייערע קינדער:

  • מרת שפרה די ווייב פון הרב משה שפירא רב אין בערטש.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וואונדער