חיים מאיר יחיאל שפירא
רבי חיים מאיר יחיאל שפירא זצ"ל (ה'תקמ"ט - ט"ו אייר ה'תר"ט), באקאנט אלס דער שרף פון מאגלניצא.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי חיים מאיר יחיאל איז געבוירן אין יאר ה'תקמ"ט, צו זיין פאטער הרב אבי עזרי זעליג שפירא, פון גרעניץ, א זון פון הרב משה יצחק שפירא, אן אייניקל פון מגלה עמוקות. און צו זיין מוטער מרת פערל א טאכטער פון הרב ישראל האפשטיין דער קאזשניצער מגיד.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי חיים מאיר יחיאל איז געווען א תלמיד פון זיין זיידן, דער קאזשניצער מגיד, פון חוזה פון לובלין, פון ייד הקדוש, פון אפטער רב, פון דעם הייליגן רוזשינער און נאך צדיקים.
פון יאר ה'תקפ"ח איז רבי חיים מאיר יחיאל געווארן רבי אין מאגלניצא, זיינע חסידים האבן זיך געציילט און די צענדליגע טויזנטער, אין יאר ה'תר"ג נאך דער פטירה פון דעם סבא קדישא פון ראדאשיץ זענען א גרויסער טייל פון די ראדאשיצער חסידים אריבער צו רבי חיים מאיר יחיאל קיין מאגליניצא.
צוזאמען מיט רבי יצחק ווארקער איז ער געווען נשיא פונעם פוילישן כולל רבי מאיר בעל הנס פאר די ארימע יידן אין ארץ ישראל.[1]
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי חיים מאיר יחיאל איז נפטר געווארן אין ווארשע, ט"ו אייר ה'תר"ט.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי חיים מאיר יחיאל האט געהייראט מרת פייגא,[2] א טאכטער פון הרב אלעזר ווייסבלום, פון ליזשענסק, א זון פון דעם נועם אלימלך. זייערע קינדער:
- הרב אבי עזרא זעליג שפירא (ה'תקצ"ו - י"ט מנחם אב ה'תרמ"ה), פון סטרי.
- די ווייב פון הרב אברהם אלחנן אונגאר ( - ד' טבת ה'תרמ"ג), רב אין קוויף און אפאטשנא, רבי אין קאלושין, א זון פון הרב מרדכי דוד אונגאר פון דאמבראווא
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- שם ושארית