יעקב יצחק ראבינאוויטש (פרשיסחא)

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

רבי יעקב יצחק ראבינאוויטש זצ"ל (ה'תקכ"ז - י"ט תשרי ה'תקע"ד), רבי אין פרשיסחא, באקאנט אלס דער ייד הקדוש, דער גרינדער פון דעם פוילישן שטייגער אין חסידות.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

רבי יעקב יצחק איז געבוירן אין פשעדבארז אין יאר ה'תקכ"ז צו זיין פאטער הרב אשר, רב אין פשעדבארז.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

רבי יעקב יצחק איז נאך אין זיינע יונגע יארן צוגעצויגן געווארן צו חסידות דורך דעם רבין הרב דוד פון לעלאוו, נאכהער איז ער געווארן פון די גרויסע תלמידים פון חוזה פון לובלין. וויבאלד מען האט נישט געוואלט רופן רבי יעקב יצחק ביים נאמען פון זיין רבין האט מען אים געריפן דער ייד הקדוש.

נאך ביים לעבן פון זיין רבין דער חוזה, האט דער ייד הקדוש אויפגעשטעלט זיין אייגענעם חסידישן הויף אין פרשיסחא, געגרינדעט אויף זיין אייגענעם שטייגער, ארום גענומען מיט לומדים און שארפע יונגעלייט, שפעטער באקאנט אלס פוילישע חסידים, וועלכעס האט ארויס גערופן א שפאלטונג מיט די אנדערע תלמידים פון חוזה.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

רבי יעקב יצחק איז נפטר געווארן י"ט תשרי ה'תקע"ד, אין ליגט אין פרשיסחא.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

זיינע קינדער:

זיינע תלמידים[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

פון זיינע באקאנטע תלמידים:

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]