לדלג לתוכן

אלעקסאנדער, פוילן

פֿון װיקיפּעדיע
אַלעקסאַנדער
Aleksandrów Łódzki
קאשיוצקא פלאץ, אלעקסאנדער
מדינה / טעריטאָריע פּוילן
גרינדונג דאַטע 22סטן מערץ 1822
קאָאָרדינאַטן 51°49′N 19°18′E / 51.817°N 19.300°E / 51.817; 19.300קאארדינאטן: 51°49′N 19°18′E / 51.817°N 19.300°E / 51.817; 19.300
בירגערמייסטער יאצעק ליפינסקי
שטח 13.47 קוואדראט ק"מ
הייך 206 מעטער

 ‑ אין שטעטל
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

25,792‏  (שטייענדיג 2009)
1915 באוואוינער א ק"מ2
צײַט זאָנע UTC+1
www.aleksandrow-lodzki.pl

אַלעקסאַנדער (פּויליש: Aleksandrów Łódzki) איז א שטעטל אין לאדזשער וואיעוואדעשאפט.

אין 2008 האט דאס שטעטל געהאט 20,684 איינוואוינער.

אין 1816 איז דאס דארף פון אלעקנסאדער געגרינדעט געווארן. אין 1822 האט עס באקומען "שטאט רעכטן".

אין סוף פונעם 19טן יארהונדערט און אנהייב פונעם 20סטן יארהונדער האט מען אויפגעשטעלט אין אלעקסאנדער אסאך שטריקעריי פירמעס, און אלעקסאנדער איז געווארן די וויג פון דער פוילישער סקארפעטן אינדוסטריע. די בירגער פלעגן רופן דאס שטעטל "סקארפעטן שטאט", און ביז היינט איז שטריקעריי די הויפט אינדוסטריע דארט.

אין 1910 האט מען געעפנט א טראמוויי פון אלעקסאנדער קיין לאדזש, וואס האט געפועלט ביז 1991.

אין תרכ"ו האט רבי חנוך העניך הכהן לעווין, דער צווייטער רבי פון דעם גערער חסידות. זיך באזעצט אין אלעקסאנדער און געפירט זיין הויף דארט. פון דעמאלסט איז אלעקסאנדער געווארט א צענטער פון חסידות. אין די תר"ן יארן האט רבי יחיאל דאנציגער אויפגעשטעלט אין שטעטל דעם הויף פון אלעקסאנדער.



וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: אלעקסאנדער, פוילן