יחיאל דאנציגער
רבי יחיאל דאנציגער | |
---|---|
דער אלטער רבי פון אלעקסאנדער | |
געבורט | ה'תקפ"ח |
פטירה | י"ד שבט ה'תרנ"ד |
קבורה ארט | קיין |
חסידות | אלעקסאנדער |
פירערשאפט | תרל"ו - י"ד שבט ה'תרנ"ד |
נומער אין דינאסטיע | 1 |
פאריגער | רבי דוב בעריש פון ביאלע |
נאכפאלגער | רבי ירחמיאל ישראל יצחק דאנציגער , זיין זון |
זיינע רביס | רבי יצחק פון ווארקא, רבי דוב בעריש ביאלער, און רבי מנחם מענדל פון ווארקא, און זיין פאטער |
פאטער | רבי שרגא פייוויל פון גריצא |
רבי יחיאל דאנציגער (ה'תרצ"ח - י"ד בשבט ה'תרנ"ד) איז געווען דער ערשטער רבי און גרינדער פונעם אלעקסאנדער דינאסטיע, און דער הויפט רבי פון דער ווארקער חסידות. ער איז באקאנט אין אלעקסאנדער אלס "דער אלטער רבי".
לעבענסגעשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ער איז געבוירן געווארן צו רבי שרגא פייוול פון גריצא, וועלכער האט געפירט דאס ווארקער חסידות פון נאך דער פטירה פון רבי יצחק פון ווארקא. אויף דער געבעט פון רבי יצחק פון ווארקא האט זיין פאטער אים געשיקט צו בלייבן ביי אים אין ווארקא. אין עלטער פון 13 יאָר איז ער א חתן געווארן מיט רויזא מינדל, טאכטער פון רבי דוד פון פרשסיחא. די תנאים איז פארגעקומען אין הויז פונעם ווארקער רבי׳ן און אזוי אויך האט ער אים אונטערגעפירט צום חופה. נאך זײן חתונה איז ער געבליבן א יאר אין װארקא, און דאן האט ער אויף דער באפעהל פון זײן רבי'ן זיך אריבערגעצויגן װאוינען בײם שווער אין פרשיסחא. נאכן פטירה פון רבי יצחק איז ער געווען א חסיד פון זיין פאטער, רבי פייוויל'ע גריצער, און דערנאך פון רבי מנחם מענדל פון ווארקא, און דאן פון רבי בעריש פון ביאלע, אין עלטער פון 17 יאר האט ער אנגעהויבן דינען אויפן רבנות אין שטאט טורטשין. שפעטער האט ער געדינט אין גריצא און אין פילץ. אין תרצ"ו, נאכן פטירה פון רבי בעריש פון ביאלע, האבן אים די חסידים אויפגענומען אלס רבי. ער איז אריבער פון זיין דעמאלטסדיגן וואינארט פילץ קיין אלעקסאנדער נעבן לאדזש וואו ער האט אויך געדינט ברבנות, און האט אנגעהויבן פירן זיין הויף. ער האט געדינט אלס רבי 18 יאר.
ער איז באקאנט מיט זיין גרויסע עניוות. אין א בריוו צו די ברידער רבי אלעזר מענדל און רבי יצחק דוד בידערמאן פון לעלאוו, שרייבט ער אז ער רופט אויף זיך "אוי לו למי שהעולם מטעין בו" און אז ער שרייט צו זיינע חסידים אז זיי זאלן אים אפלאזן, און בעט פון די ברידער אז זיי זאלן דאווענען פאר אים צו תשובה טון. זיין אייניקל דער אמונת משה, דער פינפטער אלעקסאנדער רבי, שרייבט אז זיין זיידע האט געהאלטן אז די ווארקער חסידים האבן אים באשטימט אלס רבי נאר ווייל זיי ווילן א גאר פשוט׳ן מענטש, וואס וועט זיך נישט איינרעדן אז ער איז חשוב.
אזוי ווי דער ווארקער וועג, האָט ער זיך אויסגעצייכנט און אסאך געטון אויף דער טעמע פון אהבת ישראל און שמחה. ער האט געזאגט צו זיינע חסידים: "לערנט גארנישט פון מיר ווייל איך בין דער ערגסטער פון אלעמען, נאר איין זאך זאלט איר זיך לערנען, אז כאטש איך בין אזוי שלעכט בין איך אלעמאל פריילעך".
נאך זיין פטירה איז געקרוינט געווארן זיין עלטסטער זון רבי ירחמיאל ישראל יצחק, דער ישמח ישראל צו ערזעצן זיין ארט. און נאך אים האט געדינט נאך א זון, רבי שמואל צבי, דער תפארת שמואל. נאך א זון איז געווען רבי בצלאל יאיר וואס האט געוואוינט אין לאדזש, וועמענס איידעם רבי יהודה משה דאנציגער, האט ערזעצט זייער ארט נאכן חורבן.
אסאך פון די זיינע דברי תורה ווערן ציטירט אין די ווערטער פון זיין זון אין זיין ספר "ישמח ישראל".
זײנע קינדער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- רבי ירחמיאל ישראל יצחק דער "ישמח ישראל"
- רבי שמואל צבי דער "תפארת שמואל"
- רבי בצלאל יאיר פון לאדזש
- זײן איידעם הרב בצלאל דעמבינסקי
- זײן איידעם הרב אלעזר ליפשיץ
- זיין איידעם רבי ישעיה פון פשזעדבורזש-קאליש